די הויפּט־ידיעה אויף דער ייִדישער גאַס אין רוסלאַנד איז, צום באַדויערן, אַ טרויעריקע. דעם 2טן מײַ איז ניפֿטר געוואָרן די וועלט־באַרימטע באַלערינע און איינע פֿון די באַקאַנטסטע פּערזענלעכקייטן פֿון סאָוועטישן ייִדנטום, מײַע פּליסעצקאַיאַ.
זי איז געבוירן געוואָרן אין 1925 אין מאָסקווע. אירע טאַטע־מאַמע זענען רעפּרעסירט געוואָרן (דעם טאַטן האָט מען דערשאָסן, און די מאַמע — פֿאַרשיקט אין לאַגער), און מײַען האָט דערצויגן די מומע. אין די יאָרן פֿון דער מלחמה האָט זי אָנגעהויבן טאַנצן אויף דער סצענע פֿונעם באַרימטן „באָלשוי טעאַטער‟.
זי האָט געטאַנצט די הויפּט־ראָלעס פֿון אַלע קלאַסישע באַלעטן. אין „באָלשוי‟ האָט זי געאַרבעט ביזן יאָר 1988, און דעמיסיאָנירט אין דער עלטער פֿון 63 יאָר — אַן אוניקאַלער פֿאַל פֿאַר אַ באַלערינע. מע געדענקט איר וווּנדערלעכן זעלטענעם סטיל פֿון טאַנץ, איר פּלאַסטישן צונויפֿשמעלץ מיט מוזיק, איר טעאַטראַלן טאַלאַנט, און די אויסערגעוויינטלעכע באַוועגונגען פֿון אירע הענט. זי איז אויך געווען אַ באַלעטמײַסטער און אַ רעזשיסאָר; פּליסעצקאַיאַ האָט אויפֿגעפֿירט עטלעכע באַלעטן אַליין, אָנגעפֿירט מיט באַלעט־טרופּעס פֿון רוימער אָפּערע און „טעאַטראָ ליריקאָ נאַסיאָנאַל‟ אין מאַדריד, און מיטגעאַרבעט מיט די באַרימטע ראָלאַן פּעטי און מאָריס בעזשאַר.
זי איז אַלט געווען 89 יאָר, און אויף נאָוועמבער איז פּלאַנירט געוואָרן אַ פֿײַערלעכער קאָנצערט לכּבֿוד איר יוביליי.
צו אַנדערע נײַעס: אינעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי איז מען ממשיך מיט דעם ציקל באַגעגענישן „אָדעס אין ייִדישער קולטור‟. די וואָך האָט מען גערעדט וועגן די סאַמע באַרימטע שרײַבערס פֿון אָדעסער ליטעראַרישער שול, און וועגן דעם סאַמע באַרימטן סאָוועטישן זינגער פֿון אָדעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.