(די 2 טע זײַט פֿון 2)
פֿאַר װאָס זשע זײַנען די רוסישע ייִדן געקומען קײן דײַטשלאַנד? װען ראָבערמאַן האָט בײַ זײ געפֿרעגט די דאָזיקע פֿראַגע, האָט זי באַקומען אַזאַ ענטפֿער: „ס‘רובֿ אימיגראַנטן זײַנען געקומען געניסן פֿון ׳כאַליאַווע׳‟. ראָבערמאַן האָט אַ ספּעציעלן קאַפּיטל צו דערקלערן דעם ענגליש־רעדנדיקן לײענער דאָס דאָזיקע װאָרט, װאָס איז גוט באַקאַנט יעדן סאָװעטישן מענטשן. דער באַגריף „כאַליאַװע‟ איז כּולל אַלץ, װאָס מען קאָן באַקומען בחינם פֿון דער מלוכה אָדער אַ גרױסער פֿילאַנטראָפּישער אָרגאַניזאַציע: למשל, עסנװאַרג, בגדים, מעבל, רפֿואות, וווינונג, מעדיצינישע הילף. אָבער דערבײַ, באַמערקט ראָבערמאַן, האָט דער דאָזיקער באַגריף אױך אַ ביטולדיקן בײַטעם.
אַ געװיסע צאָל רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן, בפֿרט פֿונעם ייִנגערן דור, פֿאַרברענגען אַ סך צײַט אין זײערע אַלטע הײמען, װוּ זײ האָבן צומאָל אַן אַרבעט און אַ דירה. זײ קומען צוריק קײן דײַטשלאַנד בלױז, כּדי צו קריגן די שטיצע, װאָס קומט זײ װי „פּליטים‟. זײ באַרעכטיקן זײער אױפֿפֿירונג מיט דעם, װאָס דײַטשלאַנד דאַרף אָפּצאָלן דעם חובֿ פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק. אַזױ אַרום באַטראַכטן זײ דײַטשלאַנד נאָך װי אַ מין „שׂונא‟, װאָס מוז אױסקויפֿן זײַן היסטאָרישע שולד. עס זײַנען דאָ אױך אַנדערע אימיגראַנטן, װאָס װילן טאַקע קריגן אַן אַרבעט. אָבער דעמאָלט קאָנען זײ פֿאַרלירן די פֿרײַע סאָציאַלע שטיצע; דערמיט מוזן זײ זיך אומדרייען אינעם „גרױען‟ אַרבעטס־מאַרק, װאָס לאָזט זײ ניט איבער קײן סך מעגלעכקײטן צו קריגן נאָרמאַלע אַרבעט־שטעלעס.
עס זײַנען דאָ אױך אַזעלכע אימיגראַנטן, װאָס װילן פֿאַרבאַהאַלטן זײער רוסישן אָפּשטאַם. זײ רעדן ניט קײן רוסיש בפֿרהסיא און האַלטן זיך װײַט פֿון אַנדערע „רוסן‟. אָבער נאָך מער האָבן זײ מורא צו אַנטפּלעקן זײער ייִדישקײט. אַ היפּש ביסל אימיגראַנטן, װאָס ראָבערמאַן האָט אױסגעפֿרעגט, האָבן לגמרי איבערגעריסן װאָסער ניט איז באַציִונגען מיט ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און אַנשטאַלטן. זײ װאָרענען: „פֿאַרגעסט ניט, אַז מיר זײַנען אין דײַטשלאַנד!‟ אָבער די, װאָס זײַנען געשטימט נאָך מער פּעסימיסטיש, ענטפֿערן: „אױב מען װיל, װעט מען אײַך סײַ־װי אָפּזוכן. מען האָט געפֿונען ייִדן דעמאָלט, און הײַנט, מיט אַלע קאָמפּיוטערס, איז דאָס בכלל ניט קײן פּראָבלעם.‟
ראָבערמאַנס פֿאָרשונג באַזירט זיך אױף אַ רײַכן מאַטעריאַל, װאָס אַנטפּלעקט דעם פּראָבלעמאַטישן און סתּירותדיקן מצבֿ פֿון רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן אין דײַטשלאַנד. דאָס רובֿ פּראָבלעמען האָבן צו טאָן מיט זײער סאָװעטישן עבֿר און מיט זײער פּאָזיציע אין דײַטשלאַנד, װאָס האָט אַן אײגענעם עבֿר מיט ייִדן. אָט די צװײ ביטערע היסטאָרישע ירושות, די סאָװעטישע און די דײַטשישע, שאַפֿן אַ סך מניעות אױפֿן װעג צו בױען אַ ייִדישע צוקונפֿט אין דײַטשלאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.