װי אַזױ לעבן די אַמאָליקע סאָװעטישע ייִדן, װאָס האָבן זיך באַזעצט אין דײַטשלאַנד אין די פֿאַרגאַנגענע פּאָר צענדליק יאָר? װי אַזױ גיבן זײ זיך אַן עצה מיט זײערע נײַע דײַטשישע שכנים, מיט דער דײַטשישער מלוכה, מיט אײגענע ייִדן־אימיגראַנטן, און מיט דער דײַטשיש־ייִדישער קהילה? כּדי צו באַהאַנדלען די דאָזיקע ענינים, האָט די פֿאָרשערין סװעטאַ ראָבערמאַן, װאָס האָט אַלײן עולה געװען קײן ישׂראל פֿון װײַסרוסלאַנד, פֿאַרבראַכט אַ יאָר צײַט אין פֿאַרשידענע דײַטשישע ייִשובֿים צװישן רוסישע ייִדן.
ראָבערמאַנס אױפֿגאַבע איז געװען צו שאַפֿן אַן אָביעקטיװ בילד פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון דער נײַער אימיגראַנטישער עדה אין דײַטשלאַנד. זײער לעגאַלער מצבֿ איז אַ יחיד־במינו אין דער דײַטשישער געזעלשאַפֿט. אָפֿיציעל רופֿט מען זײ „קאָנטינענט־פּליטים‟, און זײ האָבן באַזונדערע רעכט אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע אימיגראַנטן, דײַטשן פֿון מיזרח־אײראָפּע אָדער טערקישע אַרבעטער. ייִדישע „פּליטים‟ באַקומען אַ היפּשע שטיצע מצד דער מלוכה, װאָס װערט פֿאַרטײלט דורך אָרטיקע ייִדישע קהילות.
אַזױ אַרום װערן די אימיגראַנטן צוגעבונדן צו דער רעליגיעזער קהילה, כאָטש לרובֿ האָבן זײ ניט קײן אינטערעס אין רעליגיע. אַ געװיסע ראָלע שפּילט דערבײַ אױך די הלכה. פֿאָרמעל זײַנען כּמעט אַלע ייִדישע קהילות אין דײַטשלאַנד אָרטאָדאָקסישע, און כּדי צו װערן אַ מיטגליד, מוז מען זײַן אַ ייִד לפֿי הלכה, דאָס הײסט, צו האָבן אַ ייִדישע מאַמע. די דאָזיקע צעטײלונג אױף „עכטע‟ און „ניט־עכטע‟ ייִדן שאַפֿט געװיסע שפּאַנונגען צװישן די אימיגראַנטן, װײַל זי באַװירקט אויף זײער סטאַטוס און צוטריט צו די רעסורסן פֿון דער קהילה.
אַ סך רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן האַלטן רעליגיע פֿאַר אַ מין שפּיל, װאָס קאָן העלפֿן צו פֿאַרבעסערן זײער סאָציאַלן סטאַטוס און מאַטעריעלן מצבֿ. סײַ די דײַטשן, סײַ די דײַטשישע ייִדן דערװאַרטן פֿון די רוסישע ייִדן, זײ זאָלן זיך אױפֿפֿירן „ייִדישלעך‟, דאָס הײסט, װערן מוסטערהאַפֿטיקע מיטגלידער פֿון דער ייִדישער קהילה. אַזױ אַרום װערט „ייִדישקײט‟, אױף אַ פּאַראַדאָקסאַלן אופֿן, אַ װעג אין דער דײַטשישער געזעלשאַפֿט, װאָס װיל האָבן מער ייִדישע „מיטבירגער‟. ראָבערמאַן קומט צו אַ מסקנא, אַז די פּראָבלעם פֿון דער אינטעגראַציע פֿון ייִדישע אימיגראַנטן פֿונעם אַמאָליקן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין דער דײַטשישער געזעלשאַפֿט בלײַבט עד־היום ניט געלײזט. דער ערשטער דור אימיגראַנטן פֿאַרבלײַבן איזאָלירט, אָבער עקאָנאָמיש אָפּהענגיק פֿון דער מלוכישער פֿילאַנטראָפּיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.