אַ נײַע סטאַטוע פֿונעם אױסטראַלישן ייִדישן גענעראַל פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה, סער דזשאָן מאָנאַש, איז אַנטהילט געװאָרן אינעם מאָנאַש־אוניװערסיטעט אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט קלײטאָן. די בראָנדזענע סטאַטוע טרעפֿט ביז 3 מעטער (10 פֿיס) די הײך. אַחוץ זײַן מיליטערישער קאַריערע, איז מאָנאַש געװען אַ ציװילער אינזשעניר לױטן פֿאַך. ער האָט אױך געדינט װי דער פּרעזידענט פֿון דער אױסטראַלישער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע אין די 1930ער יאָרן. דער גאָװערנאָר פֿון דער שטאַט װיקטאָריע האָט אַנטהילט די סטאַטוע אין אײנעם מיטן פּרעזידענט פֿונעם אוניװערסיטעט.
אַ געװעזענע תּלמידה פֿון דער „עדת־ישׂראל‟ טאָגשול אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט עלסטערנװיק האָט געלאַדן די קינדערשול אין געריכט. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, װאָס עמעצער האָט פֿירגענומען אַזאַ שריט. די פֿרױ טענהט, אַז זי האָט געליטן פֿון די סעקסועלע מיסברױכן, װעלכע זײַנען באַגאַנגען געװאָרן קעגן איר. זי באַשולדיקט די געװעזענע פֿאַרװאַלטערין פֿון דער שול, רביצין מלכּה לײפֿער, אין האָבן באַגאַנגען די מיסברױכן קעגן איר.
פֿרוי לײפֿער האָט פֿאַרלאָזט אױסטראַליע אין מאַרץ, 2008, װען אַ רײ ענלעכע באַשולדיקונגען קעגן איר זײַנען אָריגינעל פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן. זינט דעמאָלט וווינט זי אין מדינת־ישׂראל. די אױסטראַלישע רעגירונג האָט געבעטן בײַ דער ישׂראלדיקער רעגירונג, אַז פֿרױ לײפֿער זאָל צוריקגעשיקט װערן קײן מעלבורן, כּדי זי זאָל געמישפּט װערן דאָרטן. דערװײַל זיצט זי בײַ זיך אין דער הײם אין ירושלים אונטערן שטוב־אַרעסט.
לױט די דאָקומענטן, װעלכע זײַנען געלײענט געװאָרן אין געריכט, האָבן די מיטגלידער פֿון דער שול־סבֿיבֿה געהאָלפֿן דער משפּחה לײפֿער צו פֿאַרלאָזן מעלבורן אײדער די פּאָליצײ האָט באַװיזן זי צו אַרעסטירן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.