(די 2 טע זײַט פֿון 2)
פּראָפֿעסאָר יאַראַן האָמינה, אַ לעקטאָר בײַם אוניװערסיטעט פֿון סידנעי האָט זיך אַנטשולדיקט עפֿנטלעך פֿאַר דער ייִדישער באַפֿעלקערונג נאָך דעם, װאָס ער האָט, לױט אַ באַריכט אין אַן אױסטראַלישער צײַטונג, געזאָגט, אַז מע זאָל מעגן אױסדרוקן אַנטיסעמיטישע מײנונגען אױפֿן פּלאַץ פֿונעם אוניװערסיטעט. ער זאָגט, אַז דער באַריכט האָט פֿאַלש איבערגעגעבן זײַן מײנונג. דאָס אַלץ איז געשען נאָך דעם, װאָס אַ פּראָ־פּאַלעסטינישע גרופּע סטודענטן האָט איבערגעריסן אַ פּראָ־ישׂראלדיקן רעפֿעראַט, װאָס איז פֿאָרגעקומען אױפֿן קעמפּוס אין מאַרץ ה”י. ער האָט געזאָגט, אַז כאָטש מע טאָר נישט אױסדריקן קײן אַנטיסעמיטישע מײנונגען אױפֿן קעמפּוס, טאָמער דריקט עמעצער יאָ אױס אַזאַ מײנונג, דאַרף מען אים נישט אַנטקעגן קומען מיט גװאַלד, נאָר מיט מײנונגס־אױסטױשן.
דער מעלבורנער ייִדישער זשורנאַליסט און כּלל־טוער סעם ליפּסקי און די סידנעיער אַקאַדעמיקערין ד״ר סוזען ראָטלעדזש לאָזן אַרױס אַ נײַ בוך װעגן אױסטראַלישע קאָמפּאַניעס לטובֿת סאָװעטישע ייִדן, װעלכע זײַנען אָרגאַניזירט געװאָרן צװישן אױסטראַלישע ייִדן במשך פֿון די 1960ער, 1970ער און 1980ער יאָרן. דאָס בוך הײסט, „לאָז מײַן פֿאָלק אַרױס: די נישט דערצײלטע מעשׂה פֿון אױסטראַליע און סאָװעטישע ייִדן 1989-1959‟. אַ דאַנק דעם, װאָס די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז געװען אַזױ אַרײַנגעטאָן אין דער באַװעגונג צו באַפֿרײַען דאָס סאָװעטישע ייִדנטום, איז די אױסטראַלישע רעגירונג געװען די ערשטע רעגירונג, װאָס האָט כּסדר אױפֿגעהױבן דעם ענין סאָװעטיש ייִדנטום בײַ אינטערנאַציאָנאַלע פֿאָרומס אין יענער צײַט. מע קען באַקומען עלעקטראָנישע קאָפּיעס פֿונעם בוך אױף amazon.com.
ד״ר פּיטער סלעזאַק, פּראָפֿעסאָר פֿון פֿילאָסאָפֿיע בײַם אוניװערסיטעט פֿון ניו־סאַוט װײלס, איז אַן אונטערשטיצער פֿון דער קאָמפּאַניע צו בויקאָטירן מדינת־ישׂראל. כאָטש ער האָט גערעדט בײַם סידנעיער „לימוד אָז‟ אין 2013, דאָס לעצטע מאָל װאָס דער „לימוד אָז‟ איז פֿאָרגעקומען אין סידנעי, װעט סלעזאַקן נישט װערן מער דערלױבט צו רעדן בײַם הײַיאָריקן „לימוד אָז‟ אין סידנעי. ער האָט פּלאַנירט צו רעדן װעגן דעם פֿילאָסאָף האַנאַ אַרענדט און נישט װעגן דער בויקאָט־קאָמפּאַניע. ער האָט נישט גערעדט װעגן דעם בויקאָט אין 2013. די אָפֿיציעלע ייִדישע קהילה פֿון ניו־סאַוט װײלס האָט געלױבט די פֿאַרװאַלטונג פֿון „לימוד אָז‟ פֿאַר נישט דערלױבן סלעזאַקן צו רעדן הײַיאָר בײַם „לימוד אָז‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.