אַ קראַנקן, טענהט מײַן מאַמע, װי אַזױ איר זאָלט אים ניט לײגן, טוט אים װײ. מיט דער־אָ פֿאָלקס־מסקנא װאָלט איך געקענט שטעלן אַ פּונקט אין מײַן אַרטיקל װעגן אַ „ספּעקטאַקל‟, װאָס כ’האָב אָקערשט געזען אין טעלעװיזיע. אָבער אױך אַ פּונקט קען האָבן טױזנט ניואַנסן, און װיכטיק איז ניט בלויז די מסקנא, נאָר אױך די כּװנה.
עס דאַכט זיך, אַז די מענטשן האָבן שױן פֿון לאַנג פֿאַרשטאַנען, אַז צו באַהערשן עמעצן מיט כּוח איז אַן אומזיסטע טירחה; אױפֿצובױען אױף די לײדן און יסורים פֿון אַנדערע, אַ װױלשטאַנד־געזעלשאַפֿט פֿאַר עפּעס אַ סעפּאַראַט פֿאָלק אָדער רעליגיעזן שטראָם, איז ניט בכּוח קײן אײן לאַנד און קײן אײן רעליגיעזע קאָנפֿעסיע. מע קען יאָ אױפֿבױען אַ װױלשטאַנד־געזעלשאַפֿט, װען יעדער מענטש װעט באַהערשן זײַן אײגענע יצר־הרע, װי עס האָבן מיט אַ פּאָר טױזנט יאָר צוריק געטענהט אונדזערע חכמים: „איזהו גבור? הכּובֿש את יצרו, שנאמר: טובֿ ארך אַפּים מגבור, ומושל ברוחו — מלכד עיר. — װער איז אַן אמתער גיבור? דער װאָס באַהערשט זײַנע באַגערן, װי ס’איז געזאָגט געװאָרן (משלי, טז, לב): בעסער אַן אײַנגעהאַלטענער אין צאָרן, אײדער אַ גיבור; און דער, װאָס געװעלטיקט איבער זײַן געמיט איז בעסער פֿון דעם, װאָס פֿאַרכאַפּט אַ שטאָט.‟
דער־אָ פּסוק יאָגט מיר נאָך יאָרן לאַנג, אָבער דאָס מאָל האָט דעם אומגעריכטן „געװיטער‟ אין מײַן נשמה גורם געװען דער לעצטער ספּעקטאַקל־אינטערװיו פֿונעם גרױסן אַמעריקאַנער גיבור, דעם לינגװיסט און אַנאַרכיסט אַבֿרהם־נועם כאָמסקי, װעלכן ער האָט געגעבן דעם מעדיאַ־קאָנצערן „אײראָניוז‟.
כ’האָב אַ סך געהערט און געלײענט װעגן אײנעם פֿון די לעצטע „ייִדישע‟ בונטאָװשטשיקעס אױף דער װעלט, אָבער קײן מאָל ניט געהערט אים רעדן לעבעדיקערהײט. און אָט, אַזאַ געלעגנהײט… ס’איז װי צו טרעפֿן זיך מיט טראָצקי־טשע־געװאַראַ־רײזל־לוקסענבורג — אין אײן געשטאַלט. מיט אײן װאָרט, אַן אמתער גיבור!…
אַז איך האָב דערזען דעם חבֿר כאָמסקי, האָב איך שיִער ניט געפּלאַצט פֿון געלעכטער, װײַל אױסזען זעט ער אױס נאָר װי אַ צװילינג פֿון אונדזער שטעטל־טשודאַק, װעלכער פֿלעגט זיך פֿאָרשטעלן — דער הויפּט־בוכהאַלטער ניומע היטלמאַן. ר’ ניומע איז געװען אַ צוגעקומענער, אָבער בײַ אונדז אין שטעטל האָט ער געהאַט אַ שװעסטערקינד, דעם שמאַטעלאָטניק יאַנקל. מע האָט זיך געשושקעט, אַז ר’ ניומע איז אַ מאָל געװען אַ גרױסער „סעקרעטנע פֿיזיקער‟, נאָר פֿאַר אַ טעלער באָרשטש האָט ער פֿאַרקױפֿט אַ פּױלישן פּױער דעם געהײמען רוסישן סינכראָפֿאַזאָטראָן, און געקראָגן אַ שײנע חד־גדיא.
נאָכן באַפֿרײַען זיך פֿונעם לאַגער איז ער געקומען צו זײַן שװעסטערקינד און געװאָרן דער הויפּט־בוכהאַלטער אין אַן אַרטעל פֿון די שמאַטעלאַטניקעס. מע דערצײלט, אַז אײן מאָל האָט ר’ יאַנקל שפּאַצירט איבערן שטעטל מיט זײַן קלײנעם זון לײבקע און יענער האָט איבערגעלײנט אױפֿן שילד, „קאַרל מאַרקס־גאַס‟, און גלײַך געפֿרעגט זײַן טאַטן װער איז ער, אָט דער קאַרל מאַרקס. ר’ יאַנקל האָט אים געענטפֿערט, אַז קאַרל מאַרקס איז אַ באַרימטער בוכהאַלטער. „אַזױ װי אונדזער פֿעטער ניומע?‟ — פֿרעגט דער קלײנער. „װאָס רעדסטו עפּעס, — ענטפֿערט דער שמאַטעלאַטניק, — דער פֿעטער ניומע איז דער הויפּט־בוכהאַלטער‟.
מיר איז שװער צו זײַן אָביעקטיװ צו דעם ריזיקן מעדיאַ־קאָנצערן „אײראָניוז‟, װעלכער פּרעטענדירט צו זײַן אַזאַ מין נעאָ־ליבעראַלער „זײַטיקער‟ נײַעס־טרײַבער, נאָר אין מײַנע אױגן איז דער קאָנצערן ניט מער װי אַן אײדל פֿאַרקאָמופֿלירט „קול‟ פֿון דער „בריסלער פֿאַראײניקטער חבֿרה‟, װעלכע „דרייט דאָס רעדל אין אײראָפּע‟. איר האָט געדאַרפֿט זען דעם פּחד אין די אױגן פֿון דער בריטישער זשורנאַליסטין איזאַבעל קומאַר, די לײטערין פֿונעם „גלאָבאַלער דיאַלאָג‟, װען דער חבֿר כאָמסקי, אַזאַ ציכטיקער אַלטיטשקער ייִד אין רעװאָלוציאָנעלע הױזן ביז די פּאַכװעס, האָט גלײַך אַװעקגעלײגט די בידנע קאָרעספּאָנדענטין מיט אײן שאָס: „די װעלט גאַלאָפּירט צום תּהום‟, און שולדיק אין דעם זײַנען די „טעראָריסטישע, אַגרעסיװע פֿאַראײניקטע שטאַטן און די שטאַרקסטע אױף דער װעלט נוקלעאַר־גרױסמאַכט מדינת־ישׂראל‟. װאָס װײַטער, אַלץ שרעקלעכער, דהײַנו:
„עס זײַנען דאָ צװײ גלאָבאַלע סכּנות — דער קאַטאַסטראָפֿאַלער עקאָלאָגישער מצבֿ פֿון עולם־הזה און דאָס נוקלעאַרע געװער.‟
„אַמעריקע איז דער גרעסטער טעראָריסט אױף דער װעלט, װײַל זי הרגעט אומשולדיקע מענטשן מיט דער הילף פֿון די אָנפּילאָטניקעס. אַמעריקע און ישׂראל זײַנען די װירקלעכע סכּנה אױפֿן נאָענטן מזרח.‟
„דײַטשלאַנד האָט אָפּגענאַרט די רוסן און אױפֿגעשטעלט די מיליטער־באַזעס אױף די גרענעצן פֿון רוסלאַנד. פּוטין פֿירט זיך אױף אַזױ, װי עס װאָלט זיך אױפֿגעפֿירט יעדער אַנדערער לײטער פֿון רוסלאַנד. ׳נאַטאָ׳ איז אַן אמתע סכּנה פֿאַר רוסלאַנד.‟
„׳בריסל׳ האָט חרובֿ געמאַכט דעם טרױם װעגן דער װױלשטאַנד־געזעלשאַפֿט אין דער פֿאַראײניקטער אײראָפּע. אײראָפּע איז אַ ראַסיסטישער קאָנטינענט. אײראָפּע איז אַ משרת פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן, און האָט מורא צו פֿירן אַן אומאָפּהענגיקע פּאָליטיק.‟
„די דײַטשישע און פֿראַנצײזישע בענק זײַנען שולדיק אין דעם ריזיקן גריכישן חובֿ, װעלכן ס‘האָט אָנגעזאַמלט אין די זיבעציקער יאָרן די גריכישע מיליטער־כונטע. אַזױ אַרום איז דאָס אַן ׳אָדיאָזער חובֿ׳ און מע דאַרף זיך האַלטן בײַם געזעץ, װעלכן ס‘האָבן אײַנגעפֿירט די פֿאַראײניקטע שטאַטן. אין 1953 האָט מען מוחל געװען דעם אָדיאָזן חובֿ פֿון דײַטשלאַנד, אַז זי זאָל קענען זיך אַנטװיקלען. דאָס זעלבע דאַרף מען טאָן מיט די חובֿות פֿון גריכנלאַנד, שפּאַניע און פּאָרטוגאַל.‟
„איראַן איז ניט קײן אַגרעסאָר און ניט קײן טעראָריסט, נאָר אַ שלום־לעבנדיקע מדינה, װעלכע פֿירט אַ סטראַטעגישע שוץ־פּאָליטיק. איר מיליטער־בודזשעט, אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע לענדער, איז זײער קלײן.‟
„באַראַק אָבאַמאַ פֿירט אַן אַגרעסיװע, טעראָריסטישע פּאָליטיק, ער האָט אײַנגעבוכעט טריליאָן דאָלאַרן אין מאָדערניזירן דאָס אַמעריקאַנער נוקלעאַר־געװער.‟
בײַ דער בריטישער זשורנאַליסטין האָבן אָנגעהױבן צו ציטערן די ליפּן: „אָבער איך װאָלט געװאָלט פֿאַרענדיקן אונדזער דיאַלאָג אױף אַ פּאָזיטיװער נאָטע. זאָגט מיר, ביטע, כאָטש עפּעס פֿון די װעלט־געשעענישן גיט אײַך צו כאָטש אַ ביסל האָפֿענונג?‟
„יאָ, זיכער, — האָט זי באַרויִקט דער הויפּט־בוכהאַלטער פֿון דער װעלט, — קודם־כּל, איז עס די אומאָפּהענגיקײט פֿון די לאַטײַן־אַמעריקאַנער לענדער. די פֿאַראײניקטע שטאַטן האָבן פֿאַרלױרן זײער העגעמאָנישע װירקונג אױף דרום־אַמעריקע און זײַנען געבליבן איזאָלירט. אין אײראָפּע זײַנען דאָס די רעװאָלוציאָנערע „סיריזאַ‟ אין גריכנלאַנד, און „פּאָדעמאָס‟ אין שפּאַניע. זײ זײַנען דער סימבאָל פֿון דער באַפֿרײַונג פֿונעם בריסלער דיקטאַט און פֿון די פֿראַנצײזיש־דײַטשישע בענק. דאָס גיט מיר צו כּוחות צו האָפֿן.‟
איצט איז מיר קלאָר געװאָרן, פֿאַר װאָס איז אַזױ גרױס די עמיגראַציע פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן קײן איראַן, װענעזועלע, סאָמאַליע און צפֿון־קאָרעע… אַװדאי, דאָס אונטערדריקטע אַמעריקאַנער פֿאָלק, נעבעך, װײסט דאָך גוט, װוּ ס‘איז בעסער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.