אַ קראַנקן, טענהט מײַן מאַמע, װי אַזױ איר זאָלט אים ניט לײגן, טוט אים װײ. מיט דער־אָ פֿאָלקס־מסקנא װאָלט איך געקענט שטעלן אַ פּונקט אין מײַן אַרטיקל װעגן אַ „ספּעקטאַקל‟, װאָס כ’האָב אָקערשט געזען אין טעלעװיזיע. אָבער אױך אַ פּונקט קען האָבן טױזנט ניואַנסן, און װיכטיק איז ניט בלויז די מסקנא, נאָר אױך די כּװנה.
עס דאַכט זיך, אַז די מענטשן האָבן שױן פֿון לאַנג פֿאַרשטאַנען, אַז צו באַהערשן עמעצן מיט כּוח איז אַן אומזיסטע טירחה; אױפֿצובױען אױף די לײדן און יסורים פֿון אַנדערע, אַ װױלשטאַנד־געזעלשאַפֿט פֿאַר עפּעס אַ סעפּאַראַט פֿאָלק אָדער רעליגיעזן שטראָם, איז ניט בכּוח קײן אײן לאַנד און קײן אײן רעליגיעזע קאָנפֿעסיע. מע קען יאָ אױפֿבױען אַ װױלשטאַנד־געזעלשאַפֿט, װען יעדער מענטש װעט באַהערשן זײַן אײגענע יצר־הרע, װי עס האָבן מיט אַ פּאָר טױזנט יאָר צוריק געטענהט אונדזערע חכמים: „איזהו גבור? הכּובֿש את יצרו, שנאמר: טובֿ ארך אַפּים מגבור, ומושל ברוחו — מלכד עיר. — װער איז אַן אמתער גיבור? דער װאָס באַהערשט זײַנע באַגערן, װי ס’איז געזאָגט געװאָרן (משלי, טז, לב): בעסער אַן אײַנגעהאַלטענער אין צאָרן, אײדער אַ גיבור; און דער, װאָס געװעלטיקט איבער זײַן געמיט איז בעסער פֿון דעם, װאָס פֿאַרכאַפּט אַ שטאָט.‟
דער־אָ פּסוק יאָגט מיר נאָך יאָרן לאַנג, אָבער דאָס מאָל האָט דעם אומגעריכטן „געװיטער‟ אין מײַן נשמה גורם געװען דער לעצטער ספּעקטאַקל־אינטערװיו פֿונעם גרױסן אַמעריקאַנער גיבור, דעם לינגװיסט און אַנאַרכיסט אַבֿרהם־נועם כאָמסקי, װעלכן ער האָט געגעבן דעם מעדיאַ־קאָנצערן „אײראָניוז‟.
כ’האָב אַ סך געהערט און געלײענט װעגן אײנעם פֿון די לעצטע „ייִדישע‟ בונטאָװשטשיקעס אױף דער װעלט, אָבער קײן מאָל ניט געהערט אים רעדן לעבעדיקערהײט. און אָט, אַזאַ געלעגנהײט… ס’איז װי צו טרעפֿן זיך מיט טראָצקי־טשע־געװאַראַ־רײזל־לוקסענבורג — אין אײן געשטאַלט. מיט אײן װאָרט, אַן אמתער גיבור!…
אַז איך האָב דערזען דעם חבֿר כאָמסקי, האָב איך שיִער ניט געפּלאַצט פֿון געלעכטער, װײַל אױסזען זעט ער אױס נאָר װי אַ צװילינג פֿון אונדזער שטעטל־טשודאַק, װעלכער פֿלעגט זיך פֿאָרשטעלן — דער הויפּט־בוכהאַלטער ניומע היטלמאַן. ר’ ניומע איז געװען אַ צוגעקומענער, אָבער בײַ אונדז אין שטעטל האָט ער געהאַט אַ שװעסטערקינד, דעם שמאַטעלאָטניק יאַנקל. מע האָט זיך געשושקעט, אַז ר’ ניומע איז אַ מאָל געװען אַ גרױסער „סעקרעטנע פֿיזיקער‟, נאָר פֿאַר אַ טעלער באָרשטש האָט ער פֿאַרקױפֿט אַ פּױלישן פּױער דעם געהײמען רוסישן סינכראָפֿאַזאָטראָן, און געקראָגן אַ שײנע חד־גדיא.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.