(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַ צווייט מאָל האָט אַ מענטש אין ניו־דזשערזי אים אָנגעקלונגען, פֿרעגנדיק, צי מיזרחי וויל קומען אָפּנעמען אַן „ענציקלאָפּעדיע דזשודאַיִקאַ‟. מיזרחי האָט אים געפֿרעגט, צי האָט ער נאָך עפּעס. האָט יענער אים געענטפֿערט, אַז ער האָט ערשט אַרויסגעוואָרפֿן עטלעכע טויזנט ביכער. „אָבער איר וואָלט זיי סײַ ווי נישט געוואָלט, ווײַל זיי זענען בלויז געווען אַלטע ביכער,‟ האָט דער מענטש געזאָגט, און דערבײַ אַרויסגערופֿן אַ גרויסן עגמת־נפֿש בײַ מיזרחי.
„דאָס ערגסטע פֿון אַלץ איז, אַז דער ייִד האָט דווקא געשטאַמט פֿון אַ חשובֿער ציוניסטישער משפּחה, וואָס זייער ביבליאָטעק האָט אפֿשר געקאָנט האָבן אמתע אוצרות,” האָט מיזרחי באַטאָנט. „בײַ געוויסע מענטשן, זענען ביכער גלײַך ווי זשוקעס.‟
בדרך־כּלל, זענען די אַלטע ביכער אין ניו־יאָרק אין אַ גוטן מצבֿ, אין פֿאַרגלײַך מיט די ביכער פֿון ישׂראל און די אַראַבישע לענדער, וואָס קאָנען האָבן ווערעמלעך. „אין יענע ביכער געפֿינט מען אַפֿילו הערעלעך פֿון בערד. אַ מאָל רויטע, אַ מאָל שוואַרצע.‟ לויט דער קבלה איז יעדעס הערעלע בײַ אַ מענטש אַ הייליקע זאַך, פֿלעגן ייִדן אָפֿט אַרײַנלייגן אַרויסגעפֿאַלענע הערעלעך צווישן די זײַטן.
מענטשן פֿרעגן זיך אָפֿט נאָך נאָך יענע ביכלעך, וואָס זיי האָבן קינדווײַז געלייענט, האָט מיזרחי באַמערקט. די קינדערביכלעך פֿון די 1960ער און 1970ער יאָרן, בפֿרט די אילוסטרירטע, באַטרעפֿן הײַנט אַ גרויסן מאַרק.
דאָס געשעפֿט איז פֿול מיט אוצרות ווי, למשל, עטלעכע זײַטן געשריבן מיטן כּתבֿ פֿון באַבאַ סאַלי, וואָס מיזרחי האָט בדעה צו פֿאַרקויפֿן פֿאַר $1,400. די חסידישע ספֿרים זענען נאָך טײַערער, ווײַל עס זענען דאָ ווייניק עקזעמפּלאַרן פֿון זיי, און אַ סך מער קונים ווי פֿאַר די אַנדערע ביכער.
מיזרחי קוקט אויך איבער די מאַרקעס פֿון פֿאַרלעגער אין די ווײַטע מקומים, און די האַנט־געשריבענע אויפֿשריפֿטן פֿון ביכער, וואָס מע האָט געגעבן ווי מתּנות. איין מאָל האָט ער אין אַ סידור פֿון 1929 געפֿונען אַ ברכה פֿאַר אַפּיקורסים, וואָס האָבן תּשובֿה געטאָן; אַ צווייט מאָל — אַ בוך וועגן אַ ייִד, וואָס האָט דערמאָרדעט אַ צווייטן ייִדן אין דײַטשלאַנד, אינעם 15טן יאָרהונדערט.
פֿון צײַט צו צײַט, געפֿינט ער אויך טראַגישע זאַכן: אויף די בלאַנקע זײַטן פֿון אַן אַלטן סידור האָט עמעצער איבערגעגעבן די אַכזריותדיקע פּרטים פֿון אַ שחיטה פֿון ייִדן אין פּוילן אין יאָר 1655.
ער געפֿינט כּסדר ביכער, וואָס געפֿינען זיך נישט אין קיין שום רשימות פֿון פּובליקירטע ווערק. „ס׳איז פֿאַרכאַפּנדיק צו אַנטדעקן אַ בוך, וואָס קיינער האָט נישט געלייענט אין די פֿאַרגאַנגענע 50 יאָר,‟ האָט ער געזאָגט. צוויי מאָל האָט ער געפֿונען אין ביכער די אונטערשריפֿט פֿון זײַן אייגענעם עלטער־זיידן.
מיזרחי האָט שוין פֿאַרקויפֿט ייִדיש־שפּראַכיקע ביכער דעם יאָרדאַניער אוניווערסיטעט און דעם אוניווערסיטעט פֿון טאָקיאָ. קונים קומען צו אים פֿון לאָנדאָן און מאָנטרעאָל.
במשך פֿון אונדזער וויזיט האָט מיזרחי נישט איין מאָל געבעטן, אַז איך זאָל שרײַבן וועגן די ביכער, נישט וועגן אים. „מענטשן דאַרפֿן וויסן, אַז די ייִדן האָבן פּראָדוצירט אַ סך זייער גוטע ווערק, און איך בין שטאָלץ צו זײַן אַ מיסיאָנער דערפֿון,‟ האָט ער געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.