אין מײַן פֿאָריקן אָרטיקל, האָב איך דערציילט, אין שײַכות מיט ספֿירת־העומר, ווי אַזוי מע קאָן ציילן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. לאָמיר איצט באַטראַכטן אַן אַנדער פֿראַגע, ווי באַלד מיר זענען איצט נאָך אַלץ מקיים די דאָזיקע אָנגייענדיקע מיצווה, ווי אַזוי מע קאָן איבערציילן אַלע מעגלעכע ווערטער אין אַ מענטשלעכער שפּראַך? למשל, אינעם פֿרומען „אידיש ווערטער אוצר‟ פֿון א. ראָט זענען אַרײַן איבער 6150 ווערטער און סינאָנימען. ס׳איז קלאָר, אַז די דאָזיקע באַשיידענע צאָל שעפּט נישט אויס אַפֿילו צען פּראָצענט פֿונעם ייִדישן וואָקאַבולאַר. ס׳איז אָבער לאַוו־דווקא קלאָר, וויפֿל ווערטער שטעקן אינעם עצם־טיטל פֿונעם דערמאָנטן בוך. אַ וועלטלעכער ייִדישיסטן וואָלט אָנגעשריבן דעם נאָמען ווי איין אוניקאַל וואָרט מיט דרײַ שטריכלעך: „ייִדיש־ווערטער־אוצר‟.
במשך פֿון די לעצטע פּאָר וואָכן האָב איך עטלעכע מאָל געהערט און געלייענט אויף דער אינטערנעץ דיסקוסיעס וועגן אַזוי־גערופֿענע „גרויסע‟ און „קליינע‟ שפּראַכן. איין רוסיש־רעדנדיקע פֿרוי מיטן נאָמען גאַליע, וואָס וווינט אין ירושלים, האָט געטענהט, אַז בלויז די גרעסטע וועלט־שפּראַכן מיט איבער 100 מיליאָן רעדער פֿאַרדינען אַן ערנסטן אויפֿמערק. דערפֿאַר, אין פֿאַרגלײַך מיט רוסיש און ענגליש, טויג העברעיִש אויף כּפּרות, און ייִדיש איז שוין לאַנג טויט, ווײַל אין די הײַנטיקע צײַטן מוז אַ לעבעדיקע שפּראַך דינען ווי אַ מיטל פֿון טעלעוויזיע־פּראָגראַמען און אַנדערע מאַסן־קאָמוניקאַציעס.
אין מײַן קאָמפּיוטער־שמועס מיט דער דאָזיקער פֿרוי האָט זי אַרויסגעוויזן, אַז זי פֿאַרשטייט און רעדט ייִדיש — אויפֿן ניוואָ פֿון קיך־רכילות, אָבער דאָס שטערט איר נישט צו פּסקענען, אַז איר איינציק „עכט‟ מאַמע־לשון איז דער „גרויסער און מעכטיקער‟ רוסיש.
מיט אַ וואָך צוריק, ווען איך בין געווען צוגאַסט בײַ אַ שבת־סעודה, האָט איינער אַ גאַסט פֿאָרגעלייגט אַן אַנדער חידושדיקע טעאָריע. עס זענען, כּלומרשט, אין אַלע מענטשלעכע שפּראַכן פֿאַראַן בלויז אַן ערך 10 טויזנט ווערטער. אויב מע געפֿינט אַ גרעסערן וואָקאַבולאַר אין די ווערטערביכער, מוז עס זײַן אַן איבעריק אויסטראַכטעניש אָדער ספּעציפֿישע וויסנשאַפֿטלעכע טערמינען, וואָס אין אַ טאָג-טעגלעכן שמועס דאַרף עס קיינער נישט. דער גאַנצער תּנ״ך באַגייט זיך דאָך מיט אַרום 6,000 ווערטער, געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון אַ האַלב טויזנט שרשים. אויב אַזאַ לעקסיקאָן איז גענוג פֿאַרן באַשעפֿער אַליין, מוז עס זײַן מער ווי גענוג פֿאַרן מענטשלעכן באַנוץ.
איצט, ווען איך האָב געלייענט אויף דער אינטערנעץ פֿאַרשיידענע שפּראַך־מאַטעריאַלן, האָב איך זיך פּלוצעם אָנגעטראָפֿן אויף אַ טשיקאַווער היפּוכדיקער גוזמא. ווי איך האָב אויסגעפֿונען אין דער „וויקיפּעדיע‟, האָט דער טעהעראַנער פּראָפֿעסאָר מאַהמוד העסאַבי אָנגעוויזן, אַז אויף פּערסיש קאָן מען צונויפֿשטעלן, מיט דער הילף פֿון כּלערליי פּרעפֿיסקן און סופֿיקסן, מער ווי 226 מיליאָן פֿאַרשיידענע ווערטער.
העסאַביס חשבונות האָבן אַ בפֿירוש נאַציאָנאַליסטישן טעם. דער פּראָפֿעסאָר, באַקאַנט ווי אַ פּראָמינענטער פֿיזיקער, געבוירן אין 1903, אין איראַן, און געשטאָרבן אין 1992, אין זשענעווע. צוליב זײַן 60־יאָריקע דערגרייכונגען אין פֿיזיק און אינזשענירײַ, האָט מען אין זײַן טעהעראַנער היים געעפֿנט אַן אָנדענק-מוזיי. ווי אַ מומחה אין לינגוויסטיק איז ער אָבער נישט געווען באַקאַנט. העסאַבי דערקלערט, אַז צוליב דער סעמיטישער גראַמאַטישער סטרוקטור, קאָן מען אויף אַראַביש קאָנסטרויִרן בלויז אַ באַגרענעצטע צאָל ווערטער. להיפּוך, איז פּערסיש אַן אינדאָ־אייראָפּעיִשע שפּראַך, וואָס דערמעגלעכט צו פֿאַרברייטערן איר וואָקאַבולאַר כּמעט אָן אַ סוף.
אַ טייל כינעזישע נאַציאָנאַליסטן באַנוצן זיך מיט אַן אַנדער אַרגומענט און טענהן, אַז די רײַכסטע שפּראַך אין דער וועלט איז כינעזיש, ווײַל די דאָזיקע שפּראַך פֿאַרמאָגט איבער 60,000 פֿאַרשיידענע אותיות, לויט דער צווייטער ווערסיע פֿונעם ריזיקן 8־בענדיקן רעפֿערענץ־בוך, פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם יאָר 2006. אין דער אמתן אָבער, זענען בלויז געציילטע געבילדעטע כינעזער מסוגל צו פֿאַרשטיין מער ווי 10,000 סימבאָלן פֿון זייער שפּראַך. דאָס רעשט טרעפֿט זיך גאָר זעלטנס אין פֿאַרשיידענע היסטאָרישע טעקסטן; אַ דורכשניטלעכער כינעזער קאָן זיי נישט פֿאַרשטיין אָן אַ ספּעציעל ווערטערבוך. דערצו, אין פֿאַרגלײַך מיטן מאָדערנעם אַראַביש, וואָס באָרגט כּסדר נײַע ווערטער פֿון ענגליש און פֿראַנצויזיש, איז די כינעזישע סיסטעם פֿון בוכשטאַבן כּמעט אינגאַנצן פֿאַרגליווערט. דערצו, זענען אויף כינעזיש „כּשר‟ בלויז געוויסע פֿיקסירטע טראַפֿן. די שטאָט וואַשינגטאָן ווערט, למשל, פֿאַרוואַנדלט אין „נואַ־שענג־דון‟.
די טעאָריע וועגן די מעלות פֿון פּערסיש איבער אַראַביש האָט מיר דערמאָנט דעם סאָוועטישן צוגאַנג צו ייִדיש, אין פֿאַרגלײַך מיט העברעיִש, מיט וועלכן עס זענען מסכּים אויך אַ טייל מערבֿדיקע ייִדישיסטן. די סאָוועטישע ייִדישע לינגוויסטן האָבן געטענהט, אַז העברעיִש איז אַ באַגרענעצט לשון, וואָס טויג פֿאַר פֿרומע ספֿרים און טיפֿע פֿילאָסאָפֿישע טראַקטאַטן, אָבער פֿאַרמאָגט נישט דאָס רײַכטום און פֿליסיקייט פֿון אַזאַ לעבעדיקער שפּראַך, ווי ייִדיש.
אַזעלכע טעאָריעס פֿאַרלאָזן זיך אויף גאָר צווייפֿלהאַפֿטיקע השערות און דעפֿיניציעס. לויט דער גראַמאַטישער טראַדיציע פֿונעם לשון־קודשדיקן דיקדוק, וואָס שטאַמט, אין אַ גרויסער מאָס, פֿון דער מיטל־עלטערלעכער אַראַבישער לינגוויסטיק, פֿאַרמאָגן די סעמיטישע שפּראַכן טאַקע בלויז אַ פֿיקסירטע באַגרענעצטע צאָל ווערטער. יעדער סעמיטישער ווערב באַשטייט פֿון דרײַ אָדער פֿיר קאָנסאָנאַנטן, וואָס מע קאָן פֿון זיי פֿאָרמירן ביז זיבן פֿאַרשיידענע „בנינים‟ און אַנדערע דעריוואַטיוו־פֿאָרמען. די אַראַבישע ווערבן־סיסטעם איז ממשותדיק מער קאָמפּליצירט, אָבער בעצם גאַנץ ענלעך.
וואָס טוט זיך אָבער מיט אַזעלכע ווערטער, ווי „בעל־הבית‟ אָדער „בית־מדרש‟? להיפּוך צו די טראַדיציאָנעלע בעלי־דיקדוק, באַטראַכטן זיי די ייִדיש־גראַמאַטיקער ווי איין וואָרט. אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, לויטן סאָוועטישן פֿאָנעטישן פּרינציפּ, פֿלעגט מען אַפֿילו שרײַבן „בעסמעדרעש‟, און דער מערבֿדיקער ייִוואָ־אויסלייג דערלויבט צו שרײַבן „באַלעבאָס‟. אין פּרינציפּ, קאָן מען קאָמבינירט אַלערליי לשון־קודשדיקע שרשים, בשותּפֿות מיט פֿאַרשיידענע פּרעפֿיקסן, סופֿיקסטן און הילפֿס־ווערטער און דערווײַזן, אַז בלויז אינעם סעמיטישן שיכט פֿון דער ייִדישער שפּראַך זענען מעגלעך „מיליי־מיליאָניי־מיליאַסן‟ פֿאַרשיידענע ווערטער.
אַזעלכע פֿרומע ווערק אויף ייִדיש, ווי די שׂיחות פֿון די ליובאַווישטער רביים, זענען אָנגעשטאָפּט מיט כּלערליי לשון־קודשדיקע און אַראַמישע ווערטער, וואָס די מחברים שטעלן פֿון זיי כּסדר צונויף אימפּראָוויזירטע אויסדרוקן. צומאָל קלינגט אַזאַ סטיל גאָר למדניש און כּמעט אומפֿאַרשטענדלעך פֿאַר אַ פּשוטן ייִדיש־רעדער, אָבער אין פּרינציפּ איז עס גראַמאַטיש כּשר־וישר.
אַז מע רעדט וועגן די ליובאַוויטשער ספֿרים, איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז דער ערשטער רבי פֿון חב״ד, שניאור־זלמן פֿון ליאַדי, האָט פֿאַרגליכן לשון־קודש מיט די נאַטירלעכע שטיינער, און ייִדיש — מיט די ציגל. הגם די צאָל שטיינער אין דער וועלט איז באַגרענעצט, גיבן זיך מענטשן אַן עצה און שאַפֿן אַן אייגענעם בוי־מאַטעריאַל. ווען ייִדן רעדן דבֿרי־תּורה אויף זייער אומגאַנג־שפּראַך, בויען זיי כּסדר אויף נײַע „שטאָקן‟ איבערן לשון־קודשדיקן פֿונדאַמענט.
די פֿראַגע פֿון שפּראַכלעכער רײַכקייט איז פֿאַרבונדן מיט אַ צאָל סוביעקטיווע קריטעריעס, וואָס האָבן ווייניק צו טאָן מיטן עצם־לשון. אין די אַלטע ייִדישע ביכער פֿון מיט 200 יאָר צוריק פֿלעגט מען פֿאַרשרײַבן געוויסע ווערבאַלע פּרעפֿיקסן באַזונדערס. צום בײַשפּיל, דאָס וואָרט „פֿאַרשטיין‟ וואָלט מען אויסגעלייגט ווי צוויי ווערטער: „פֿר שטיין‟; די וואָקאַלן פֿלעגט מען אין יענער תּקופֿה אָפֿט אויסמײַדן.
להיפּוך, איז אינעם הײַנטיקן כּלל־ייִדיש פֿאַראַן די טענדענץ צו באַטראַכטן אַזעלכע צונויפֿגעשטעלטע קאָמבינאַציעס, ווי „הײַזער־בעלי־בתּים‟ אָדער „געזעלשאַפֿט־פּראָצעסן‟ ווי איין קאָמפּליצירט וואָרט. אינעם חרדישן אויסלייג איז פֿאַרשפּרייט אַ פֿאַרקערטע טענדענץ, פֿאַנאַנדערצוטיילן באַקאַנטע ווערטער און צו שרײַבן „הויז געזינד‟ און „וועלט קריג‟. רעדנדיק אויף דער זעלבער שפּראַך, קאָן אַ הײַנטיקער סאַטמאַרער חסיד און אַ נאָכפֿאָלגער פֿון אוריאל ווײַנרײַכס גראַמאַטישע כּללים אָפּשאַצן די אַלגעמיינע צאָל ייִדישע ווערטער אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים.
פֿונדעסטוועגן, שטעקט אין אַזעלכע לינגוויסטישע פֿאַרמעסטן אַ געוויסער שׂכל. אַזוי ווי פּערסיש אָדער דער אַלטער אָטאָמאַנישער טערקיש, וואָס פֿאַרמאָגט אַ ריזיקן אַראַבישן שיכט, איז ייִדיש אַ מין „היפּער־שפּראַך‟, וואָס טראָגט אין זיך דעם פּאָטענציאַל זיך צו באַנוצן כּמעט מיטן גאַנצן לשון־קודשדיקן וואָקאַבולאַר און דיקדוק. דווקא צוליב דעם, וואָס די טראַדיציאָנעלע ייִדיש־רעדער באַטראַכטן לשון־קודש ווי אַ הייליקע שפּראַך, און נישט אַ מיטל פֿון טאָג־טעגלעכער קאָמוניקאַציע, זאַפּט ייִדיש אין זיך אַרײַן כּמעט דעם גאַנצן לשון־קודשדיקן אוצר, און בויט אויף אויפֿן דאָזיקן יסוד אַ גרעסערן אוצר פֿון כּלערליי מעגלעכע ווערטלעך און אויסדרוקן. אין דעם זין באַקומט זיך, אַז דער הײַנטצײַטיקער חרדישער ייִדיש, נישט געקוקט אויף דעם באַגרענעצטן וואָקאַבולאַר און דער וואַקסנדיקער צאָל אַמעריקאַניזמען, האָט בעסער אָפּגעהיט דעם דאָזיקן כאַראַקטעריסטישן שטריך אין פֿאַרגלײַך מיט אַ טייל וועלטלעכע ייִדישיסטן, קנאַפּע מבֿינים פֿון לשון־קודש. דער „היימישער ייִדיש‟ פֿון די חסידים פֿאַרמאָגט צוליב דעם ברייטן לשון־קודשדיקן עלעמענט ממש אַן אומבאַגרענעצטן פּאָטענציעלן ווערטער־אוצר.
כּדי נישט אַרײַנצופֿאַלן אין דער פּאַסטקע פֿונעם איבערציילן אַלע מעגלעכע ווערטער אָן אַ סוף, באַנוצן זיך די פּראָפֿעסיאָנעלע לעקסיקאָגראַפֿן מיטן סטאַטיסטישן מעטאָד. אין אַ ווערטערבוך ווערן אײַנגעשלאָסן בלויז די לעקסישע איינסן אָדער די יסודותדיקע עלעמענטן, וואָס טרעפֿט זיך גענוג אָפֿט אין דער ליטעראַטור, און זענען פֿאַרשטענדלעך פֿאַר אַ געבילדעטן שפּראַך־קענער. די ווערטערביכער עקזיסטירן אַ דאַנק דעם, וואָס זייערע מחברים פּרוּוון דווקא נישט איבערצוציילן אָן אַ סוף אַלע טעאָרעטישע מעגלעכקייטן פֿון לעבעדיקע מענטשלעכע שפּראַכן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.