ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published May 13, 2015, issue of May 29, 2015.

ייִדיש־רעדנדיקער פּראַקטיקאַנט ווערט פֿאַרבעטן אין אַמהערסט

דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, זוכט אַ ייִדיש־רעדנדיקן פּראַקטיקאַנט, וואָס זאָל קענען איבערזעצן אויף ענגליש די אויסצוגן פֿון די פֿילמירטע אינטערוויוען פֿונעם „פּראָיעקט פֿון געשיכטע בעל־פּה אויפֿן נאָמען פֿון וועקסלקער‟, און שרײַבן פֿאַר זיי אונטערקעפּלעך. דער פּאַסיקער קאַנדידאַט דאַרף קענען גוט ייִדיש, די ייִדישע קולטור און געשיכטע און אַרבעטן אַ גאַנצן זומער. דער פּראַקטיקאַנט וועט פֿאַרדינען 10$ דאָלאַר אַ שעה. נאָך אינפֿאָרמאַציע: שרײַבט Efelder@bikher.org.

ייִדיש־קורס אויף דער אינטערנעץ פֿאַר האָלענדיש־רעדנדיקע

דער „ייִדישער דערציִונגס־צענטער אויפֿן נאָמען פֿון קרשקש‟ אין אַמסטעלפֿין, לעבן אַמסטערדאַם, האָט לאַנצירט אַן „אָנלײַן‟־ייִדיש־קורס, וואָס לערנט ייִדיש דורך אַנימאַציע־פֿילמען. נאָך אינפֿאָרמאַציע: //www.crescas.nl/online-cursussen/1oz/Jiddisj/.

קאָנצערט פֿונעם כאָר „אַ בעסערע וועלט‟ לעבן באָסטאָן

שבת, דעם 16טן מײַ, וועט דער כאָר בײַם באָסטאָנער „אַרבעטער־רינג‟ אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט לכּבֿוד 50 יאָר זינט די מאַרשן פֿאַר ציווילע רעכט אין סעלמאַ, אַלאַבאַמע, און 100 יאָר נאָך דער פּטירה פֿון י. ל. פּרץ. די פּראָגראַם פֿון ייִדישע לידער, מיטן נאָמען „ליבע, אַרבעט און פֿאַרלוסט: לידער פֿון טרוימען, אַקציע און ענדערונג‟ וועט זיך אָנהייבן 7:30 אין אָוונט אין דער „לאַורענס־שול‟ (27 פֿראַנציס־גאַס אין ברוקלײַן, מאַסאַטשוסעטס). בילעטן קאָסטן 12$ דאָלאַר פֿאַר מיטלגידער פֿון דעם „אַרבעטער־רינג‟, און 17$ דאָלאַר פֿאַר די, וואָס זענען ניט קיין מיטגלידער.

נאָך אינפֿאָרמאַציע: https://www.eventbrite.com/e/a-besere-velt-yiddish-community-chorus-of-boston-workmens-circle-presents-love-labor-loss-songs-of-tickets-5086531954

„הילצערנע מלחמות‟ — אַ נײַע ייִדישע פּיעסע אין מישיגען

יאַנאַ מאַזורקיעוויטש פּאָזירט מיט אַ הילצערנעם ייִד אין אַ פֿילם־רעקלאַמע פֿאַר איר פּיעסע „הילצערנע מלחמות‟
Youtube
יאַנאַ מאַזורקיעוויטש פּאָזירט מיט אַ הילצערנעם ייִד אין אַ פֿילם־רעקלאַמע פֿאַר איר פּיעסע „הילצערנע מלחמות‟

פֿרײַטיק, דעם 22סטן מײַ, וועט אין אַן־אַרבאָר, מישיגען פֿאָרקומען די פּרעמיערע פֿון אַ נײַער שפּיל „הילצערנע מלחמות‟, וואָס עס האָט אָנגעשריבן די גראַדויִר־סטודענטקע אינעם אָרטיקן אוניווערסיטעט, יאַנאַ מאַזורקיעוויטש. די שפּיל, אויף ייִדיש, ענגליש און פּויליש, באַהאַנדלט די הײַנטצײַטיקע פּויליש־ייִדישע באַציִונגען אין פּוילן און די ראָלע פֿונעם היסטאָרישן זכּרון, סימבאָליזירט דורך די „הילצערנע ייִדן‟, יענע הילצערנע פֿיגורקעס פֿון ייִדן, וואָס זענען זייער פּאָפּולער אין פּוילן, צוליב דעם, וואָס געוויסע מענטשן האַלטן, אַז זיי ברענגען מזל.

די פּרעמיערע וועט פֿאָרקומען 5 אַזייגער נאָכמיטאָג אינעם „דודערשטאַדט־צענטער‟ (2281 באָניסטיל בולוואַר) אויפֿן צפֿונדיקן קאַמפּוס פֿונעם מישיגענער אוניווערסיטעט אין אַן־אַרבער.

נאָך אינפֿאָרמאַציע: https://www.facebook.com/yiddishplay?ref=aymt_homepage_panel.

די 99סטע יאָרצײַט פֿון שלום־עליכם אין פּאַריז

שבת, דעם 23סטן מײַ, וועלן הערשל גראַנט און אַניק פּרים־מאַרגוליס פֿאָרלייענען ווערק פֿון שלום־עליכם, כּדי אָפּצומערקן זײַן 99סטע יאָרצײַט. די פּראָגראַם קומט פֿאָר 3 אַזייגער נאָכמיטאָג אינעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟.

אַ פּראָגראַם צו דער 100סטער יאָרצײַט נאָך י. ל. פּרץ אין תּל־אָבֿיבֿ

די „נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟ אין ישׂראל וועט אָנפֿירן מיט אַן אָוונט אָפּצומערקן 100 יאָר זינט דער פּטירה פֿונעם ייִדישן שרײַבער י. ל. פּרץ. אין דער פּראָגראַם, וואָס קומט פֿאָר מאָנטיק, דעם 25סטן מײַ, אינעם זאַל פֿון דער „בית־ציוני אַמריקה‟, וועט מען אַרומרעדן די ליטעראַרישע ווערק פֿון דעם ייִדישן קלאַסיקער, און פֿאָרלייענען זײַנע מעשׂיות און לידער.

בײַם אָנהייב פֿון דער פּראָגראַם וועט ד״ר שׂרה זיו, די פֿאָרזיצערין פֿון דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟, באַגריסן דעם עולם. אינעם אַקאַדעמישן טייל פֿון דער פּראָגראַם וועט ד״ר מרדכי יושקאָווסקי רעפֿערירן אויף דער טעמע „י. ל. פּרץ — אַ שרײַבער, אַ פֿאַרבינדלער צווישן קודש און חול‟; ד׳׳ר בלהה רובינשטיין וועט רעדן וועגן פּרצס מעשׂה „אויב נישט נאָך העכער‟. אינעם קינסטלערישן טייל פֿון דער פּראָגראַם וועט יאַשע איינשטיין פֿאָרלייענען פֿון פּרצס ווערק און מענדי כּהנא וועט אָנפֿירן מיט געזאַנג.

דער אַרײַנגאַנג איז פֿרײַ, אָבער די אָרגאַניזירער בעטן, מע זאָל זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער. כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן שרײַבט Yiddish@yidreshut.co.il אָדער קלינגט אָן 6006325—03.

רעפֿעראַט פֿון יאַן שוואַרץ אין בראָנקס

ד״ר יאַן שוואַרץ, דער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור אינעם לונדער אוניווערסיטעט אין שוועדן וועט האַלטן אַ רעפֿעראַט אויף דער טעמע „די ייִדישע ליטעראַטור נאָכן חורבן‟, בײַם „שלום־עליכם צענטער‟ (3301 ביינרידזש עוועניו). אינעם מוזיקאַלישן טייל פֿון דער פּראָגראַם וועט די זינגערין פֿיליס בערק אויפֿטרעטן מיט ייִדישע לידער.

די פּראָגראַם קומט פֿאָר זונטיק, דעם 31סטן מײַ, 1:30 אין אָוונט.

וואַרשטאַט פֿון ייִדישע פֿרויען־לידער אין פּאַריז

די זינגערינס סאַשאַ לוריא און עלינאָר ביזונסקי וועלן אָנפֿירן מיט אַ וואַרשטאַט געווידמעט די טראַדיציאָנעלע לידער פֿון ייִדישע פֿרויען. די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 31סטן מײַ, אינעם „אייראָפּעיִשן אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער מוזיק‟ אין פּאַריז. אַלע בילעטן (15 אייראָס) מוזן באַשטעלט ווערן פֿון פֿריִער. נאָך אינפֿאָרמאַציע: שרײַבט contact@iemj.org אָדער קלינגט אָן 52 20 82 45 01.

„אויפֿן האַלבוועג פֿון בענקשאַפֿט‟ אין פּאַריז

אין פּאַריז וועט מען ווידער פֿאָרשטעלן באָריס סאַנדלערס מאָנאָלאָג „אויפֿן האַלבוועג פֿון בענקשאַפֿט‟ בײַם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟. אין דער הויפּט־ראָלע שפּילט אַניק־פּרים מאַרגוליס אונטער דער רעזשי פֿון שאַרלאָט מעסער. די פֿאָרשטעלונגען וועלן פֿאָרקומען שבת, דעם 30סטן מײַ, 4 אַזייגער נאָכמיטאָג און זונטיק דעם 31סטן מײַ, 7 אַזייגער אין אָוונט. כּדי צו באַשטעלן אַ בילעט (17 אייראָס) שרײַבט reservation@yiddishweb.com אָדער קלינגט אָן 00 14 00 47 01.

רעפֿעראַטן אויף ייִדיש אין ישׂראל

תּל־אָבֿיבֿ: פּראָגראַם לזכר צבֿי אײַזנמאַן ז״ל

פֿרײַטיק, דעם 22סטן מײַ, וועט מען אין „בית לייוויק‟ (30 דובֿ־הוז) דורכפֿירן אַ פּראָגראַם לזכר צבֿי אײַזנמאַן ז״ל. די פּראָגראַם קומט פֿאָר 11:00 פֿאַר מיטאָג. רעפֿעראַט וועגן איציק מאַנגער

מיטוואָך, דעם 27סטן מײַ, וועט ד״ר לאה איילון רעדן אויף דער טעמע „לאַמטערן אין ווינט: איציק מאַנגער — זײַן לעבן און זײַנע חומש־לידער‟. אינעם קינסטלערישן טייל פֿון פּראָגראַם וועט וויראַ לאָזינסקי פֿאָרשטעלן ייִדישע לידער. פּיאַנע־באַגלייטערין — רעגינע דריקער.

די פּראָגראַם קומט פֿאָר 11:30 פֿאַר מיטאָג אינעם „אַרבעטער־רינג‟ (48 קלישר).

**ירושלים: **

בײַ דער „ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים‟ (10 שלום־עליכם) קומט פֿאָר אַ פּראָגראַם אויף ייִדיש יעדן מאָנטיק, 5 אַזייגער אין אָוונט. דעם 25סטן מײַ וועט מען ווײַזן באָריס סאַנדלערס פֿילם וועגן מישע לעוו ז׳׳ל. דעם 1טן יוני וועלן „די דרײַ ייִדישע דיוואַס‟ — רות לעווין, וויראַ לאָזינסקי און שירעל דאַשעווסי פֿאָרשטעלן אַ קאָנצערט.

**חדרה: **

יעדן מאָנטיק, 5 אַזייגער אין אָוונט, קומט פֿאָר אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש בײַ דער „געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש‟ אין בית־עולה (20 ששת הימים). דעם 18טן מײַ וועט פּנינה מעלער אַרומרעדן די טעמע „ירושלים אין אונדזער ליטעראַטור‟.