אין דער רחבֿותדיקער דירה אויפֿן אָפּער וועסט סײַד אין מאַנהעטן, קריגט מען דאָס געפֿיל, אַז דאָ וווינט אַ טיפּישע ניו־יאָרקער ייִדישע משפּחה. אויף די פּאָליצעס שטייען אַ סך ביכער סײַ אויף סעקולערע טעמעס, סײַ אויף ייִדישלעכע, אַרײַנגערעכנט חומשים און עטלעכע בענד פֿון דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער תּנ״ך־עקספּערטין, ד״ר נחמה ליבאָוויץ. און אויף דער סאָפֿע ליגן בערגלעך זומער־קליידער — אַ סימן, אַז מע גרייט זיך שוין אַרויסצושיקן די קינדער אין זומער־לאַגער.
ווען מע צערעדט זיך אָבער מיט דער מאַמען, עלענאָר האַריסאָן, פֿאַרשטייט מען, אַז דאָס איז אַ גאָר אומגעוויינטלעכע משפּחה, ווײַל עלענאָר טוט עפּעס, וואָס מע וואָלט געמיינט ס׳איז נישט מעגלעך: זי, אַ פּראָטעסטאַנטישע גײַסטלעכע (גלח׳טע), און איר ייִדישער מאַן, פּיטער ברעגמאַן, דערציִען זייערע דרײַ קינדער ווי געטרײַע ייִדן. עטלעכע חדשים נאָך זייער געבוירן ווערן האָט מען די עופֿעלעך אײַנגעטונקען אין דער מיקווה; צו דרײַ יאָר האָט מען זיי געשיקט אין דער אָרטיקער חב״ד־פֿאָרשול, און הײַנט לערנען זיי זיך אַלע אין דער אָנגעזעענער „טאָגשול אויפֿן נאָמען פֿון הרבֿ אַבֿרהם־יהושע העשל‟.
מיט צוויי וואָכן צוריק האָט זייער בכורה, איזאַבעל, לכּבֿוד איר בת־מיצווה, געלייענט פֿון דער תּורה אין „רוממו‟ — אַ פּאָפּולערע „ניו איידזש‟־סינאַגאָגע אויף דער 105טער גאַס, וווּ עלענאָר איז די טעג זייער אַקטיוו, בפֿרט בײַם העלפֿן אַנדערע געמישטע פּאָרפֿעלקער און משפּחות געפֿינען דעם אייגענעם וועג.
עלענאָר האָט מיר דערציילט וועגן איר לאַנגן, קאָמפּליצירטן לעבנסגאַנג. זי האָט זיך באַקענט מיט פּיטער ברעגמאַן אין 1989, ווען זיי זענען ביידע געווען סטודענטן אין פּרינסטאָן־אוניווערסיטעט. „איך בין געגאַנגען אויף אַ סעמינאַר, וואָס טרענירט סטודענטן ווי אָנצופֿירן מיט גרופּעס אַלפּיניסטן, און פּיטער איז געווען מײַן טרענירער,‟ האָט זי געזאָגט. דער פֿאַקט, אַז זי איז געווען פֿון אַ פּראָטעסטאַנטישער משפּחה אין סאַוואַנע, דזשאָרדזשיע, און ער — פֿון אַ ייִדישער אין ניו־יאָרק, איז געווען אַ זײַטיקער ענין.
אָבער נאָך צוויי יאָר זײַן צוזאַמען, האָבן זיי אײַנגעזען, אַז די רעליגיעזע אונטערשיידן זענען צו גרויס, און מע איז זיך צעגאַנגען.
אין 1995, האָט דאָס נאָך־אַלץ־פֿאַרליבטע פּאָרל באַשלאָסן צו פּרוּוון נאָך אַ מאָל, אָבער דאָס מאָל האָט פּיטער קלאָר אַרויסגעזאָגט זײַנע באַדינגונגען: „אויב מיר וועלן חתונה האָבן, וועסטו מוזן זיך מגייר זײַן, ווײַל מײַנע קינדער מוזן זײַן ייִדן.‟ ער איז געווען פֿון אַ טראַדיציאָנעלער ייִדישער משפּחה, אַזוי אַז ס׳איז בײַ אים קיין מאָל נישט געווען קיין ספֿק, אַז זײַנע קינדער וועלן דערצויגן ווערן ווי ייִדן.
פֿינף יאָר לאַנג האָט עלענאָר זיך געראַנגלט מיט דער פֿראַגע, צי זאָל זי זיך מגייר זײַן, צי נישט. „ס׳איז נישט געווען קיין גרינגער באַשלוס, ווײַל איך בין דערצויגן געוואָרן אין אַן עפּיסקאָפּאַליער קלויסטער אין סאַוואַנע,‟ האָט עלענאָר דערקלערט. „מײַן מאַמע איז געווען אַן אָרדינירטע דיאַקאָנין [deacon] — די ערשטע פֿרוי אָנצופֿירן מיט דער ביסקופּשאַפֿט אין דזשאָרדזשיע, און איך האָב געהאַט זייער וואַרעמע זכרונות פֿון מײַנע קינדער־יאָרן אין אַן עפּיסקאָפּאַליער סבֿיבֿה.‟
פּיטער איז דעמאָלט געווען אַ מיטגליד פֿון דער פּאָפּולערער סינאַגאָגע, „בני־ישורון‟ (בעסער באַקאַנט ווי „בי־דזשיי‟), האָבן זיי זיך באַראַטן מיטן ראַבינער ראָלי מאַטאַלאָן. דער ראַבינער האָט פֿאָרגעלייגט, אַז עלענאָר זאָל נעמען זײַן 9־חדשימדיקן קלאַס פֿאַר פּאָטענציעלע גרים, „דרך תּורה‟, צוזאַמען מיט פּיטער. ער האָט זיי אויך געעצהט גיין אויף פּסיכאָלאָגישער באַראַטונג־סעסיעס, כּדי אויסצופֿאָרשן, וועלכע אַספּעקטן פֿון זייער משפּחה־דערציִונג איז זיי צום וויכטיקסטן.
דער „דרך־התּורה‟ קלאַס האָט נישט איבערצײַגט עלענאָר זיך מגייר צו זײַן, אָבער זי האָט שטאַרק הנאה געקראָגן פֿונעם תּורה־לערנען. האָבן זי און פּיטער זיך אָנגעשלאָסן אין „קולות‟ — אַ פּראָגראַם, וווּ ישׂראלים און אַמעריקאַנער לערנען גלײַכצײַטיק תּורה־טעקסטן און אַרומרעדן זיי דורך אַן עלעקטראָנישער חבֿרותא. די אַמעריקאַנער באַטייליקטע האָט מען גערופֿן „בבֿלי‟, און די ישׂראלים — „ירושלמי‟, נאָך די נעמען פֿון די צוויי נוסחאָות פֿון דער גמרא.
„איך האָב שטאַרק הנאה געהאַט פֿון דער תּורה־גרופּע,‟ האָט עלענאָר געזאָגט. „אינעם ערשטן יאָר האָבן מיר געלערנט מגילת־אסתּר, און איך האָב זיך אַ סך אויסגעלערנט, ווײַל די אַנדערע באַטייליקטע זענען געווען זייער גוט־אינפֿאָרמירט און אינספּירירנדיק.‟ עטלעכע פֿון די סטודענטן האָבן שפּעטער אָנגעהויבן זייער אייגענע אָרגאַניזאַציעס: אַמיחי לאַו־לוי האָט געגרינדעט די „פּאָרטאַטיווע‟ שיל, Storah Telling, און במבי (באַמבי) שלג, אַ פֿרומע ישׂראלדיקע פֿרוי האָט געגרינדעט דעם זשורנאַל „ארץ אַחרת‟, וואָס מוטיקט רעליגיעזע און נישט־רעליגיעזע ייִדן צו אַרבעטן אין איינעם.
„במבי האָט מיר נישט איין מאָל געזאָגט, אַז אַ רעליגיעז־געמישט פּאָרפֿאָלק איז אַ „no-no‟ (פֿאַרווערט),‟ האָט עלענאָר באַמערקט. „איך האָב אָפּגעשאַצט, וואָס די קאָמוניקאַציע צווישן אונדז איז געווען אַזאַ אָפֿענע.‟ אַפֿילו נאָך דעם ווי „קולות‟ איז זיך פֿונאַנדערגעפֿאַלן, האָבן די באַטייליקטע זיך ווײַטער געלערנט אין איינעם. „פֿאַר מיר איז די חבֿרותא געווען ספּעציעל וויכטיק, ווײַל ס׳איז נישט געווען פֿאַרבונדן מיט קיין שיל,‟ האָט עלענאָר צוגעגעבן.
עלענאָר און פּיטער האָבן דעמאָלט שוין אָנגעהויבן רעדן וועגן חתונה האָבן, און הגם זי האָט נאָך אַלץ געקלערט וועגן זיך מגייר זײַן, האָט זי אין לעצטן סך־הכּל באַשלאָסן, אַז זי קען עס נישט טאָן. „כ׳האָב פֿאַרשטאַנען, אַז אויב איך מאַך דורך אַ גירות־פּראָצעס, טו איך עס נאָר צוליב פּיטער, און דאָס וואָלט געווען נישט־ערלעך. כ׳האָב אָבער צוגעזאָגט פּיטערס טאַטע־מאַמע, אַז זייערע אייניקלעך וועלן זיך בפֿירוש יאָ מגייר זײַן אונטער אָרטאָדאָקסישער השגחה,‟ און אין יאַנואַר 2000 האָבן עלענאָר און פּיטער חתונה געהאַט.
אין דער זעלבער צײַט האָט עלענאָר באַשלאָסן, אַז זי וויל מאַכן אַ קאַריערע, פֿאַרבונדן מיט רעליגיע, און זי האָט זיך פֿאַרשריבן אינעם „יוניאָן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟, אַ לערן־אַנשטאַלט פֿון רעליגיעזע שטודיעס פֿאַר אַלע גלויבנס. לכתּחילה האָט זי אויסגעמיטן די קלאַסן צו ווערן אַ גײַסטלעכע, אָבער נאָך דעם ווי זי האָט מסכּים געווען אָנצופֿירן מיט דער חתונה־צערעמאָניע פֿון אַ רעליגיעז געמישט פּאָרפֿאָלק, האָט זי אײַנגעזען, אַז זי וויל טאַקע יאָ ווערן אַ גײַסטלעכע — נאָכגייענדיק די פֿוסטריט פֿון איר מאַמען — און דערבײַ העלפֿן אַנדערע צווישן־רעליגיעזע פּאָרפֿעלקער צו געפֿינען דעם אייגענעם וועג.
הײַנט אַרבעט זי ווי אַ פּראָטעסטאַנטישע גײַסטלעכע אין Jewish Home Lifecare, און פֿירט אָן מיט A Stranger No More — אַ „רוממו‟־פּראָגראַם פֿאַר רעליגיעז־געמישטע פּאָרפֿעלקער און משפּחות, און אַפֿילו פֿאַר סתּם נישט־ייִדן, וואָס באַטראַכטן „רוממו‟ ווי זייער גײַסטיקע היים.
„פֿאַר מיר איז אַ כּבֿוד צו האָבן עלענאָר און פּיטער אין מײַן שיל, ווײַל זיי רעפּרעזענטירן די צוקונפֿט פֿון סינאַגאָגישן לעבן,‟ האָט ראַבינער דוד אינגבער, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון „רוממו‟, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. „איך וויל, אַז עלענאָרס צוגאַנג זאָל ווערן אַ מוסטער פֿאַר אַלע מענטשן, וואָס געהערן צו אַ צווייטן רעליגיזן גלויבן; מיר דאַרפֿן זיי זאָגן: ׳אויך איר האָט אַן אָרט אין אונדזער קהילה; פֿאַרקערט, איר קענט אונדז אויך לערנען נײַע זאַכן, און דערבײַ באַרײַכערן אונדז אַלעמען.‟
אינגבער האָט ציטירט ר׳ זלמן שעכטער־שלומי, דער גרינדער פֿון דער Jewish Renewal באַוועגונג, בײַ וועמען ער האָט זיך יאָרן לאַנג געלערנט. „ר׳ זלמן פֿלעג זאָגן, אַז אַלע רעליגיעס קענען אונדז לערנען עפּעס נײַס, אַז מיר אַלע זענען ווי די וויטאַלע אָרגאַנען פֿון איין גרויסן געזונטן גוף.‟
„ר׳ שלומי וואָלט אויך געזאָגט, אַז עלענאָר איז ׳פּסיכאָ־סעמיטיש׳ — גלײַך ווי די ייִדן אין אור־אַלטע צײַטן, וואָס האָבן געגלייבט אין יעזוס, אָבער פֿאָרט שטאַרק ליב געהאַט ייִדישקייט. איין מענטש קאָן ווערן אַ גר־צדק, אָבער אַן אַנדערער קאָן אונדז דינען ווי אַ גר־תּושבֿ. עלענאָר איז ווי דער אידעאַל פֿון אַ גר־תּושבֿ‟.
עלענאָר איז זייער דאַנקבאַר פֿאַר אינגבערס שטיצע, אָבער זי ווייסט, אַז אַ סך ייִדן פֿילן זיך נישט באַקוועם מיט איר לעבנס־באַשלוס. דעם פֿאַרגאַנגענעם חנוכּה, למשל, האָט סאָפֿיע, וואָס איז 9 יאָר אַלט, דערפֿילט, אַז איר מאַמען איז מסתּמט אומעטיק אויפֿן האַרצן, ווײַל זי האָט מער נישט מיט וועמען צו פּראַווען ניטל (עלענאָרס מאַמע איז געשטאָרבן אין 2009.) האָט סאָפֿיע באַשלאָסן צונויפֿצושטעלן אַ ניטל־קאַרטל פֿאַר דער מאַמען, און האָט געבעטן די קינדער אין איר קלאַס עס אונטערצושרײַבן. איין תּלמיד האָט זיך אָבער אָפּגעזאָגט, זאָגנדיק: „איך וויל גאָרנישט האָבן צו טאָן מיט קריסטלעכקייט.‟ ווען סאָפֿיע האָט געגעבן דער מאַמען דאָס קאַרטל, האָט זי איר דערציילט וואָס יענער תּלמיד האָט געזאָגט. „ס׳איז מיר געווען אַ חידוש, וואָס ער זאָגט דאָס, ווײַל איך קען גוט זײַנע עלטערן,‟ האָט עלענאָר געזאָגט. „כ׳האָב אָבער באַשלאָסן זיי גאָרנישט צו דערציילן וועגן דעם.‟
איזאַבעל ראַנגלט זיך, אַ פּנים, אויך מיט דעם ענין, אָבער געוויינטלעך געפֿינט זי אַן אויסוועג. ווען זי איז געווען 6 יאָר אַלט, למשל, האָט זי, באָדנדיק זיך אין דער וואַנע, געפֿרעגט די מאַמע: „ווי הייסט עס, ווען מע שפּריצט וואַסער אויף אַ מענטש וואָס מאַכט אים אַ קריסט?‟
„אַ באַפּטיזם,‟ האָט די מאַמע געענטפֿערט. איזאַבעל האָט זיך אַ רגע פֿאַרטראַכט און דערנאָך, מיט אַן ערנסטער מינע, דרײַ מאָל באַשפּריצט די מאַמע מיטן וואַנע־וואַסער און געשעפּשעט: „ברוך אתה ה׳ אלקינו מלך העולם, דו ביסט אַ קריסט‟.
דערנאָך האָט זי מיט אַ שמייכל זיך אײַנגעטונקען דרײַ מאָל אין דער וואַנע, און געזאָגט: „ברוך אַתּה ה׳ אלקינו מלך העולם, איך בין אַ ייִד!‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.