די וועלט זאָגט: ווי עס קריסטלט זיך, אַזוי ייִדלט זיך. און אַזוי פֿירט זיך טאַקע, אַז אין משך פֿון אונדזער געשיכטע זײַנען די ייִדן נאָכגעגאַנגען די קריסטן אין אַ סך זאַכן, געוויינטלעך מיט אַ קליינער אָדער אַ גרויסער פֿאַרשפּעטיקונג. די קריסטן האָבן געהאַט זייער רעפֿאָרמאַציע אינעם 16טן י”ה, און די ייִדן — אין 19טן י”ה. די מערבֿ־אייראָפּעיִשע קריסטן זײַנען פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיטן נאַציאָנאַליזם צום אָנהייב 19טן יאָרהונדערט, און די ייִדן — צום סוף. דעריבער איז אַ סבֿרא, אַז די זעלביקע סאָציאַלע פּראָצעסן, וואָס קומען פֿאָר בײַ די קריסטן, וועלן אויך, סוף־כּל־סוף, פֿאָרקומען בײַ אונדז.
לויט דער איצטיקער אויספֿאָרשונג פֿונעם „פּיו‟־פֿאָרשונג־צענטער, געפֿינען זיך די אַמעריקאַנער ייִדן אין אַ היפּש בעסערער לאַגע ווי די קריסטן. פֿון 2007 ביז 2014 איז דער פּראָצענט ייִדן אין לאַנד אַרויף אַ ביסל, פֿון 1.7% אויף 1.9% — ניט געקוקט אויף די אַלע שוואַרצע נבֿואות פֿון אונדזערע כּלל־טוער, אַז די ייִדן האַלטן דאָ אין פֿאַרשווינדן. די ייִדן בלײַבן די רײַכסטע רעליגיעזע גרופּע: גאַנצע 44% פֿון ייִדישע משפּחות פֿאַרדינען איבער 100,000$ אַ יאָר, בשעת דער פּראָצענט בײַ די קאַטאָליקן איז בלויז 19%, און בײַ די עוואַנגעלישע פּראָטעסטאַנטן — בלויז 14%. די ייִדן זײַנען אויך פֿון די סאַמע געבילדעטע, מיטן אויסנאַם פֿון די הינדוסן: 77% פֿון די דערוואַקסענע הינדוסן באַקומען אַן אוניווערסיטעט־דיפּלאָם, און בײַ ייִדן — 59%. אָבער בײַ די קאַטאָליקן איז עס בלויז 26%, און בײַ די עוואַנגעלישע — 21%. אויב מע האָט טויזנטער יאָרן געדאַנקט דעם אייבערשטן שלא עשׂני גוי, ווייסט מען איצט פֿאַר וואָס.
אונדזערע כּלל־טוער זאָרגן זיך כּסדר וועגן דעם „שטילן חורבן‟ פֿון געמישטע חתונות און וועגן דעם (רעלאַטיוו קליינעם) פּראָצענט פֿרומע יונגע־לײַט, וואָס גייען אַראָפּ פֿון דרך. אָבער בײַ די קריסטן איז דער „חורבן‟ גאָרניט אַזוי שטיל: מיליאָנען מענטשן לאָזן איבער דעם גלויבן פֿון זייערע אָבֿות און ווערן פּשוט — גויים. בײַ די ליבעראַלע פּראָטעסטאַנטן זײַנען פֿינף מיליאָן אַוועק פֿון דער רעליגיע אין משך פֿון די לעצטע זיבן יאָר, בײַ די קאַטאָליקן — אַן ערך דרײַ מיליאָן. אין דער קורצער צײַט איז דער פּראָצענט קריסטן אינעם גאַנצן לאַנד געפֿאַלן מיט כּמעט אַכט פּראָצענט, פֿון 78.4% אין 2007 אויף 70.6 אין 2014.
עס זעט אויס, ווי דער טעמפּאָ פֿון סעקולאַריזאַציע פֿאַרגיכערט זיך. אין מײַן דור, די אַזוי־גערופֿענע „גענעראַציע X‟, וואָס זיי זײַנען געבוירן געוואָרן צווישן 1965 און 1980, האָבן 23% ניט קיין רעליגיעזע אַפֿיליאַציע, אָבער דער ייִנגערער דור, די „מילעניאַלן‟, בײַ זיי איז די צאָל שוין 34% אָדער 36% — וואָס ייִנגער, אַלץ מער. בײַ די ייִנגערע דערוואַקסענע, אין עלטער פֿון 18־29, זײַנען הײַנט בלויז 55% געבליבן קריסטן, אַזוי אַז מע קען שוין אַרויסקוקן אויף דעם, אַז אַמעריקע וועט אין עטלעכע צענדליק יאָר אַרום ניט האָבן קיין קריסטלעכע מערהייט — מסתּמא צום ערשטן מאָל זינט דער אייראָפּעיִשער קאָלאָניזאַציע אין 17טן און 18טן יאָרהונדער.
ניט אַלע קריסטלעכע דענאָמינאַציעס פֿאַרקלענערן זיך אויפֿן זעלביקן אופֿן: די צאָל שוואַרצע פּראָטעסטאַנטן בלײַבט סטאַביל, און די עוואַנגעלישע וואַקסן אַפֿילו, כאָטש ניט אַזוי גיך. די סיבות, פֿאַר וואָס די קאָנסערוואַטיווע עוואַנגעלישע פּראָטעסטאַנטן וואַקסן, בשעת די ליבעראַלע ווערן אַלץ שיטערער, זײַנען אונדז גוט באַקאַנט פֿון דער ענלעכער ייִדישער סיטואַציע: אַזוי ווי אונדזערע אָרטאָדאָקסן, האָבן די עוואַנגעלישע פּאָרלעך חתונה פֿריִער, זיי האָבן מער קינדער, זיי זײַנען מער איבערגעגעבן און גייען אָפֿטער תּפֿילה טאָן, זיי ווירקן שטאַרקער מיט אַ סאָציאַלן דרוק אויף משפּחה און פֿרײַנד ניט צו פֿאַרלאָזן דעם גלויבן. פֿון דעסטוועגן, איז די צאָל עוואַנגעלישע ניט געוואַקסן גענוג גיך, כּדי מיטצוהאַלטן מיטן וווּקס פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג, אַזוי אַז זייער פּראָצענט איז פֿאָרט געפֿאַלן אַ ביסל, אַן ערך 1%.
עס פֿאַרשטייט זיך, אַז ייִדישע די כּלל־טוער מוזן זײַן באַזאָרגט וועגן דער רעלאַטיוו גיכער אָפּשוואַכונג פֿון די קריסטן, ווײַל ס׳איז אַ סבֿרא, אַז דאָס זעלבע געשעט אויך בײַ אונדז, נאָר דער פֿענאָמען ווערט פֿאַרמאַסקירט דורכן וווּקס פֿון אונדזערע חרדים. די עיקר־פֿראַגע איז: ווי אַזוי זאָל מען רעאַגירן אויף דער סעקולאַריזאַציע? דזשיין אײַזנער, די רעדאַקטאָרשע פֿון ענגלישן „פֿאָרווערטס‟, למשל, האַלט, אַז מע קען אפֿשר אָפּשטעלן אָדער כאָטש פֿאַרפּאַמעלעכן דעם פּראָצעס, אויב מע וועט אויפֿהערן צו פֿאַרבינדן די רעליגיע מיט דער פּאָליטיק. אַזוי ווי אַ סך יונגע קריסטן ווערן אָפּגעפֿרעמדט דורך דעם, וואָס די רעפּובליקאַנער פּאָליטיקער ניצן אויס די עוואַנגעלישע ווערטן און ווערטער, קענען אויך יונגע ייִדן ווערן אָפּגעפֿרעמדט, ווען די רבנים און די ראַבינער מישן זיך צו פֿיל אין דער פּאָליטיק.
//forward.com/opinion/editorial/307982/why-americans-are-fleeing-religion-jewish-pew-study/
מיר דאַכט זיך, אַז ניט מישן זיך אין דער פּאָליטיק איז זייער אַ קנאַפּע סגולה אויפֿצוהאַלטן ייִדישקייט אין אַמעריקע. קודם־כּל, וויפֿל מישן זיך בכלל אונדזערע רבנים און ראַבינער אין די אַמעריקאַנער וואַלן? ס׳איז ווי אַ טראָפּן אין ים, וואָס ווייניק יונגע ייִדן באַמערקן עס אַפֿילו. די רבנים האָבן מער צו זאָגן וועגן דער ישׂראל־פּאָליטיק, און אין ישׂראל איז דאָס זיכער אַ פּראָבלעם בײַם צוציִען יונגע לינק־געשטימטע ייִדן צו דער רעליגיע. אָבער ס׳איז אַבסורד צו מיינען, אַז אונדזערע יונגע־לײַט פֿאַרלאָזן די קאָנסערוואַטיווע שילן און די רעפֿאָרם־טעמפּלען, ווײַל ס׳איז דאָרט „צו פּאָליטיש‟. פֿאַרקערט, ווען מע וואָלט זיך דאָרט פֿאַרנומען מיט פּאָליטישע פֿראַגעס, אָפֿן דיסקוטירט, וואָלטן זיי אפֿשר געהאַט אַ סיבה צו בלײַבן, ווײַל עס וואָלט ניט געווען אַזוי נודנע…
מענטשן גלייבן אין רעליגיעס און געהערן צו רעליגיעזע גרופּעס דערפֿאַר, ווײַל זיי האָבן עפּעס דערפֿון. דער פֿרומער ייִד אָדער פֿרומער עוואַנגעלישער קריסט, למשל, באַקומט גאָר אַ סך: אַ גרויסע קהילה מיט אַ סך משפּחה און פֿרײַנד, הילף צו קריגן אַן אַרבעט, קויפֿן אַ הויז, עמאָציאָנעלע שטיצונג, אַפֿילו ליבשאַפֿט, און, איבער 120 יאָר, גאָלדענע גליקן אויף יענער וועלט. ס׳איז שווער זיך אָפּצוזאָגן פֿון די דאָזיקע בענעפֿיטן, ספּעציעל, ווען מע האָט זיך צו זיי צוגעוווינט.
אָבער וואָס באַקומט דער טיפּישער ליבעראַלער ייִד אָדער קריסט, אַז ער קומט אַרײַן אין טעמפּל אָדער אין תּיפֿלה אַ פּאָר מאָל אַ יאָר? אפֿשר זעט ער עטלעכע באַקאַנטע פּנימער, ער זינגט אונטער אַ ביסל, הערט אויס די דרשה, וואָס איז פֿול מיט פּוסטער אינספּיראַציע, און אַזוי — אַוועקגעפּטרט אַ שיינעם אינדערפֿרי. געוויינטלעך, אינוועסטירן די ליבעראַלע ניט גענוג אין דער רעליגיע, כּדי צו האָבן אַן אמתן נוץ פֿון איר, און דערפֿאַר באַשליסן אַ סך פֿון זיי בעסער צו בלײַבן אין דער היים.
בלײַבט די פֿראַגע: צי וועט די ליבעראַלע זיך אײַנגעבן צו מאַכן זייערע דענאָמינאַציעס מער צוציִענדיק, אַזוי אַז עס וועט זיך לוינען די יונגע־לײַט צו באַטייליקן זיך? בײַ אונדז קען דאָס געמאָלט זײַן, ווײַל די ליבעראַלע ייִדישע קהילות האָבן גענוג געלט אַרויסצוּוואַרפֿן אויף אַלע „געבורטרעכט‟־נסיעות, זומער־לאַגערן, פּריוואַטע שולן אאַז”וו, מער ווי אַ סך אַנדערע רעליגיעזע גרופּעס. ס׳איז דאָ אַ צווייטע פֿראַגע, צי ס׳איז כּדאַי אויסצוגעבן אַזוי פֿיל געלט אויף דעם און ניט אויף עפּעס אַנדערש, וואָס וואָלט אפֿשר געבראַכט מער נוצן, אָבער דאָס דאַרפֿן זיי אַליין באַשליסן.
מיר דאַכט זיך, אַז עס לייגט זיך מער אויפֿן שׂכל שלום צו מאַכן מיט דער ווײַטערדיקער אָפּשוואַכונג פֿון דער רעליגיע און צו אינוועסטירן די באַגרענעצטע רעסורסן אין אַנדערע ייִדישע קולטור־פֿאָרמען, וואָס וועלן אפֿשר בלײַבן מער סאָליד אין דער וועלטלעכער צוקונפֿט — אָבער דערפֿאַר פֿרעגט מען מיך נישט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.