ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published May 18, 2015, issue of June 12, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די גאַנצע לײפֿער משפּחה האָט פֿאַרלאָזט מעלבורן אין מאַרץ, 2008, נאָך דעם וואָס ענלעכע באַשולדיקונגען קעגן רביצין לײפֿער זײַנען, צוערשט, פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן. מע זאָגט, אַז די מיטגלידער פֿון דער קהילה האָבן געהאָלפֿן די לײפֿערס צו פֿאַרלאָזן מעלבורן, אײדער די פּאָליצײ האָט באַװיזן צו אַרעסטירן די רביצין. הרבֿ צבֿי טעלזנער, װאָס איז איצט דער הױפּט־רבֿ בײַ דער מעלבורנער ישיבֿה, איז דעמאָלט געזעסן אױפֿן קאָמיטעט, װאָס האָט באַשלאָסן אָפּצוזאָגן דער רביצין לײפֿער פֿון איר פּאָסטן, און אײַנצואָרדענען בילעטן קײן מדינת־ישׂראל פֿאַר דער לײפֿער משפּחה. דער איצטיקער פֿאַרװאַלטער פֿון דער טאָגשול האָט געזאָגט אין געריכט, אַז די שול איז געװען מחובֿ צו באַצאָלן פֿאַר די לײפֿערס בילעטן לױט איר קאָנטראַקט.

די לײפֿערס װױנען איצט אין ירושלים, װוּ רביצין לײפֿער זיצט אין הױז־אַרעסט נאָך דעם, װאָס די אױסטראַלישע רעגירונג האָט געבעטן בײַ דער ישׂראלדיקער רעגירונג, אַז רביצין לײפֿער זאָל צוריקגעשיקט װערן קײן מעלבורן, כּדי זי זאָל געמישפּט װערן דאָרטן.

דער אַדװאָקאַט פֿון דער טאָגשול האָט געזאָגט אין געריכט, אַז די שול האָט נישט קײן טענות צו די באַשולדיקונגען קעגן רביצין לײפֿער, נאָר אַז זי איז נישט געװען די פֿאַרװאַלטערין פֿון דער טאָגשול אין דער צײַט, װען די פֿאַרברעכנס זײַנען באַגאַנגען געװאָרן. זי איז נישט פֿאַרשריבן װי אַ לערערין אין דער שטאַט װיקטאָריע. איר קאָנטראַקט, האָט ער געזאָגט, איז געװען מיט דער „עדת־שיל‟ אין מעלבורן און איז געדרוקט געװאָרן אױף דעם טאָגשולס אַ בלאַנק דעמאָלט, װײַל די „עדת־ישׂראל שיל‟ האָט נאָך נישט געהאַט קײן אײגענע בלאַנקען אין יענער צײַט. דער אַדװאָקאַט האָט אױך געטענהט, אַז רביצין לײפֿער איז געװען דער הױפּט פֿון ייִדישע שטודיעס בײַ דער טאָגשול, און נישט קײן פֿאַרװאַלטער.

רענאַטע זינגער
רענאַטע זינגער

אַ נײַער פּרעזידענט בײַ דער מעלבורנער „קדימה‟

אַ נײַער פּרעזידענט איז דערװײלט געװאָרן בײַם ייִדישן קולטור־צענטער און ביבליאָטעק „קדימה‟ בײַ איר יערלעכער אַלגעמײנער פֿאַרזאַמלונג אין דער פֿאָרשטאָט עלסטערנװיק. רענאַטע זינגער איז די צװײטע פֿרױ דערװײלט צו װערן װי דער פּרעזידענט פֿון דער „קדימה‟ במשך פֿון די 104 יאָר זינט די אָרגאַניזאַציע איז געגרינדעט געוואָרן. די ערשטע איז געװען רײזל בריליאַנט, װאָס האָט געדינט װי דער פּרעזידענט פֿון דער אָרגאַניזאַציע במשך פֿון די 1930ער יאָרן, װען די „קדימה‟ איז נאָך געװען אין איר אַלטער הײם אין דער אימיגראַנטישער מעלבורנער פֿאָרשטאָט קאַרלטאָן.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.