אַ קאָנצערט צום 100סטן יאָרצײַט פֿון י.־ל. פּרץ

A Concert Commemorating I‪.‬ L‪.‬ Peretz‪'‬s 100th Yortsayt

דער ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקסכאָר אין יוני 2014
falphotography.com
דער ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקסכאָר אין יוני 2014

פֿון איציק בלימאַן

Published May 19, 2015, issue of June 12, 2015.

זונטיק, דעם 31סטן מײַ, קומט פֿאָר אין ניו־יאָרק דער יערלעכער פֿרילינג־קאָנצערט פֿונעם ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָר, אונטער דער אָנפֿירונג פֿונעם פּרעמירטן קאָמפּאָזיטאָר בנימין שעכטער. פֿאַר אַ יאָרן איז די פּראָגראַם באַשטאַנען מערסטנס פֿון לידער װעגן אַמעריקע‪,‬ מיטן טראָפּ אױפֿן לעבן פֿון אימיגראַנטן, הימענס פֿון די אַרבעטער־ און בירגעררעכט־באַװעגונגען, און סתּם לידער מיט אַ מוזיקאַליש אַמעריקאַנישן טעם. דאָס יאָר קערט זיך דער כאָר אום צו זײַנע „װאָרצלען“ — סײַ געאָגראַפֿיש, סײַ ליטעראַריש.

אין דער ערשטער העלפֿט פֿון דער פּראָגראַם װעט מען באַזינגען דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן אין אײראָפּע‪,‬ מיט אַ רײ נײַע אַראַנזשירונגען פֿון לידער, װאָס דערמאָנען די שטעט און לענדער, װוּ עס האָט געבליט אַ גרױסע ייִדישע באַפֿעלקערונג. די צװײטע העלפֿט פֿון דער פּראָגראַם װעט זײַן אָפּגעגעבן דעם קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור יצחק־לײבוש פּרץ, װאָס הײַיאָר מערקט מען אָפּ זײַן 100סטן יאָרצײַט. צוליב די צװײ טעמעס האָט מען דעם קאָנצערט געגעבן דעם טיטל „פֿון פּאַריז ביז פּרץ: אַ מוזיקאַלישע נסיעה“.

די װאָס קומען רעגולער אױף די קאָנצערטן פֿונעם כאָר, װײסן שױן, אַז אַפֿילו די סאַמע קלאַסישסטע ייִדישע לידער באַקומען אין גאַנצן אַ נײַעם כאַראַקטער. נעמט, צום בײַשפּיל, דאָס ליד „מײַן שטעטעלע בעלץ“, װאָס באַװײַזט זיך אין „אײַטונז“ אױף מער װי הונדערט קאָמפּאַקטלעך. לױט בנימין שעכטער איז עס „אײנס פֿון די לידער, אַזױ װי ‪’‬אױפֿן פּריפּעטשיק‪’‬ און ‪’‬טום באַלאַלײַקע‪’‬, װאָס מע האָט שױן געהערט אַזױ פֿיל מאָל אױף יענעם [באַנאַלן] אופֿן, אַז סע גלוסט זיך צו הערן עפּעס אַ נײַעם צוגאַנג, נײַע האַרמאָניעס, נײַע קעגן־מעלאָדיעס“. שעכטער האָט געשאַפֿן אַ פֿרישע אַראַנזשירונג, װאָס שעפּט פֿונעם אינהאַלט פֿון ליד. ‪„‬פֿאַר װאָס דאַרף מען עס זינגען אַזױ טרױעריק, מיט טרױעריקע האַרמאָניעס, מיט אַ כליפּענדיקן קלאַנג?“ שעכטערס נוסח קלינגט בפֿירוש פּאָזיטיװ, פֿאַרחלומט און נאָסטאַלגיש.

אין אַן אַנדער פֿאַל, מיט אַהרן לעבעדעפֿס קלאַסיש ליד „רומעניע“, האָט שעכטער דערפֿרישט נישט בלויז די האַרמאָניעס, נאָר אױך דעם לידטעקסט. „איך האָב זיך געכאַפּט, אַז די װערטער זענען געװען פּאַסיק אין די 1940ער און 1950ער פֿאַר מענטשן, װאָס האָבן טאַקע געהאַט איבערגעלעבט רומעניע. אָבער די סאָליסטן זענען די ‪’‬שעכטער־טעכטער‪’‬, רײנע און טעמע, װאָס זענען צװאָנציק און פֿופֿצן יאָר אַלט, און זײ האָבן בײדע קײן מאָל נישט געזען רומעניע, און אַפֿילו זײער טאַטע האָט נישט געזען רומעניע; אָבער זײ קענען דאָס לאַנד דורך די זכרונות, װאָס דער זײדע פֿלעג דערצײלן“.

שעכטער מיט זײַנע טעכטער האָבן „געמאַכט מאָדיפֿיקאַציעס אינעם טעקסט, כּדי עס צו דערנענטערן צום הײַנט, אָבער נאָך אַלץ שײכדיק מיט דער רומעניע פֿון אַ מאָל, און מיט נײַע האַרמאָניעס און אַ גרױסן קלימאַקס צום סוף“. דער נײַער נוסח איז זײער אַ שפּילעװדיקער, װאָס װעט זיכער אַרױסרופֿן אַ געלעכטער פֿון עולם.

צװישן די אַנדערע לידער װעגן די מקומות, װוּ ייִדן האָבן אַ מאָל געװױנט, פֿיגורירן װאָלפֿסאָן און אָלשאַנעצקיס ליד „װילנע“, און סטוטשקאָװ און רומשינסקיס ליד „װאַרשע“, װאָס מע זינגט צום ערשטן מאָל אין אַן עכטן דזשאַז־סטיל. שעכטערס צוגאַנג? „װען מיר זינגען דאָס ליד, װאָס איז אָנגעשריבן אין 1931, זאָל מען זינגען אַזױ װי מ‪’‬איז אין װאַרשע אין 1931. און דזשאַז איז דאָרט נישט געװען װײניקער פּאָפּולער װי אין אַ סך אַנדערע מערבֿדיקע שטעט.“

אָבער נישט יעדעס ליד איז דװקא פֿרײלעך אָדער רײן נאָסטאַלגיש. דאָס ליד „דאָליע מײַנע, דאָליע“ פֿון איציק מאַנגער דערמאָנט די „חורבֿות פֿון פּױלן“ און אַנדערע בילדער פֿון גװאַלד קעגן ייִדן. װעגן אַ סך אַן עלטערער תּקופֿה אין דער ייִדישער געשיכטע איז שעכטערס אַן אָריגינעלע קאָמפּאָזיציע „בײַ די טײַכן פֿון בבֿל“, װאָס איז באַזירט אױפֿן 137סטן קאַפּיטל תּהילים און דריקט אױס שׂינאה קעגן די װאָס האָבן געפּײַניקט די ייִדן פֿון פֿאַר צײַטנס.

אין דער צװײטער העלפֿט פֿון דער פּראָגראַם זינגט מען לידער פֿון י.־ל. פּרצן, צװישן זײ „מײן נישט די װעלט איז אַ קרעטשמע“ און „האָף און גלײב“. מע װעט אױך פֿאָרשטעלן אַ קאַנטאַטע, באַזירט אױף דער דערצײלונג „אױב ניט נאָך העכער“, מיט אַן אַדאַפּטירטן טעקסט פֿון איטשע גאָלדבערג ע‪”‬ה. די ראָלע פֿונעם אױפֿגעקלערטן ליטװאַק שפּילט דער חזן יואל קאַפּלאַן פֿון דער שיל „אַגודת־ישׂראל“ אין קאַלדװעל, ניו־דזשערזי. טעמע שעכטער װעט זינגען די צװײ װיגלידער „קעצעלע שטיל“ און „שטײט אין פֿעלד אַ בײמעלע“.

דער נומער, מיט װעלכן מע װעט שליסן דעם קאָנצערט, װעט זײַן אַ נײַע רענדיציע פֿון פּרצעס ליד „אַלע מענטשן זײַנען ברידער“, װאָס מע זינגט צו דער מעלאָדיע פֿון בעטהאָװענס נײַנטער סימפֿאָניע (באַקאַנט אױף דײַטש װי An die Freude). דאָס ליד איז זיכער נישט פּרצעס סאַמע ליטעראַרישסטע, אָבער עס איז באַקאַנט יעדן ייִדיש־סטודענט, װאָס האָט געניצט אין קלאַס אוריאל װײַנרײַכס לערנבוך „קאַלעדזש־ייִדיש“. דאָס ליד פֿיגורירט אין דער פֿינפֿטער לעקציע, װען מע לערנט די קאָניוגאַציע פֿונעם װערב „זײַן“ (װי אינעם טיטל פֿון ליד) און דעם אימפּעראַטיװ („מישט די פֿאַרבן אױס צוזאַמען!“). אָבער דאָס ליד האָט גאָר אַן אַנדער פּנים, אַז מע הערט עס לעבעדיקערהײט אין אַ גרעסערן קאָנטעקסט פֿון פּרצעס שאַפֿן, װען דער עולם װעט האָבן די געלעגנהײט זיך אַרײַנצוטראַכטן אין די הומאַניסטישע שטריכן פֿונעם מחברס װעלטבאַנעם.

דער קאָנצערט קומט פֿאָר דעם 31סטן מײַ, האַלב פֿינף נאָך מיטאָג אין „סימפֿאָני־ספּײס“, 95טע גאַס ראָג בראָדװײ. די היגע לײענערס פֿונעם „פֿאָרװערטס“ זענען האַרציק פֿאַרבעטן אױפֿן קאָנצערט. בילעטן מיט אַ ספּעציעלער הנחה קען מען באַשטעלן אָט דאָ: //tinyurl.com/JPPC-biletn-2015