לערנביכער פֿון געשיכטע דערציילן אונדז, אַז מיט 151 יאָר צוריק, דעם 21סטן מײַ 1864, האָט זיך פֿאַרענדיקט די מלחמה, געפֿירט דורך דער רוסישער אימפּעריע אין צפֿון־קאַווקאַז. ווי אַ פּועל־יוצא, האָבן הונדערטער טויזנטער קאַווקאַזער תּושבֿים געמוזט פֿאַרלאָזן זייער לאַנד. ביזן הײַנטיקן טאָג עקזיסטירט נאָך די אַזוי־גערופֿענע טשערקעסישע צעשפּרייטונג. אין ישׂראל, אַ שטייגער, וווינען עטלעכע טויזנט טשערקעסן (צ׳רקסים), דער עיקר, אין די צוויי ייִשובֿים: כפֿר כמא און ריחאניה.
ווי עס ווײַזן די געשעענישן פֿון הײַנטיקע טעג, האָט זיך די קאַווקאַזער מלחמה ניט פֿאַרענדיקט. דער מצבֿ בלײַבט אָנגעשטרענגט אין פֿאַרשיידענע געגנטן פֿון קאַווקאַז, וווּ ס׳איז שטאַרק געוואָרן דער מוסולמענישער פֿונדאַמענטאַליזם. אין טשעטשניע האָט רוסלאַנד אין די 1990ער יאָרן געפֿירט צוויי בלוטיקע מלחמות. דאָס האָט ווידער אַ מאָל אַרויסגעוואָרפֿן פֿון לאַנד טויזנטער לײַט. מע שאַצט אָפּ, אַז מער פֿון 100 טויזנט טשעטשענער האָבן זיך באַזעצט אין אייראָפּע, בפֿרט אין אַזעלכע לענדער ווי דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך, בעלגיע, ענגלאַנד און דענמאַרק.
דזשאָכאַר צאַרנאַעוו, וואָס איז די טעג פֿאַרמישפּט געוואָרן צום טויט פֿאַרן טעראָריסטישן אַקט אין באָסטאָן, האָט געהאַט באַקומען די מעגלעכקייט זיך צו באַזעצן אין אַמעריקע, ווײַל ער איז אַ טשעטשען. אַמעריקע האָט אויף אים רחמנות געהאַט, כאָטש ער איז געבוירן געוואָרן מחוץ טשעטשניע, האָט דאָרטן קיין מאָל ניט געוווינט און קיין באַעוולטער פֿון די לעצטע מלחמות אין טשעטשניע ניט געווען. אַ סבֿרא, אַז די אַמעריקאַנער ביוראָקראַטישע מאַשין האָט געאַרבעט לויט די סטערעאָטיפּן — אַ טשעטשען מוז זײַן אַ געליטענער.
ראַמזאַן קאַדיראָוו, דער פּרעזידענט פֿון טשעטשניע, האָט אַפֿילו געהאַט די העזה צו באַשולדיקן אַמעריקע אין דעם „אויפֿהאָדעווען צאַרנאַעוון ווי אַ טעראָריסט‟. ווי אַנדערש האָט עס געקענט זײַן? קאַדיראָוו טענהט דאָך, און גלייבט אַפּנים, אַז ער האָט אויפֿגעבויט בײַ זיך אין דער רעפּובליק אַן אידעאַלע געזעלשאַפֿט — אַ געזעלשאַפֿט, וואָס האָט פּשוט ניט געקענט האָבן אין אירע רייען אַזעלכע מענטשן ווי צאַרנאַעוו.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.