(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אין דער אמתן, האָט קאַדיראָוו געשאַפֿן בײַ זיך ניט קיין גן־עדן, נאָר אַ מדינהלע, ענלעכס צו אַזעלכע אַנטי־גן־עדנס, ווי קאַדאַפֿיס ליביע און סאַדאַם כוסיינס איראַק. קאַדיראָוו, וואָס האָט בולטע תּנועות פֿון אַ פּרימיטיוון גזלן, פֿירט אָן מיט טשעטשניע ווי אַ דיקטאַטאָר, גלײַך ווי ער האָט אַזאַ „קאָנטראַקט‟ מיטן רוסישן פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין: קאַדיראָוו דערלאָזט ניט קיין אַנטי־רוסישע מרידה אין טשעטשניע, אָבער טשעטשניע קען זיך אויסלאַכן פֿון די רוסישע געזעצן. פֿאַקטיש לאַכן זיך פֿון די געזעצן אויס אויך די מאַפֿיאָנערישע טשעטשענישע גרופּעס, וואָס טרײַבן אָן שרעק אין פֿאַרשיידענע שטעט פֿון רוסלאַנד.
די מוסולמענישע געזעצן, אָדער קאַדיראָווס אייגענע באַשלוסן, קריגן אין טשעטשניע, בלי־ספֿק, די אייבערהאַנט איבער דער געזעץ־געבונג פֿון רוסלאַנד. די לעצטע צײַט ווײַזט קאַדיראָוו באַזונדערס אָפֿט אַרויס, אַז ער איז פֿאַקטיש אומאָפּהענגיק פֿון מאָסקווע, הגם ער הערט ניט אויף בשעת־מעשׂה זיך שווערן אין זײַן הייסער ליבע צו פּוטינען. ווי אַן אָפּשפּיגלונג פֿון זײַן לאָיאַליטעט, זעט מען, אַ שטייגער, קאַדיראָווס מיליטער־לײַט אין די סעפּאַראַטיסטישע געגנטן פֿון אוקראַיִנע.
אמת, ס׳איז שווער צו זאָגן, אין וועלכע פֿאַלן ווײַזט קאַדיראָוו אַרויס זײַן אומאָפּהענגיקייט פֿון פּוטינען, און אין וועלכע פֿאַלן פֿירט ער זיך אויף אַזוי, ווײַל דאָס לוינט פּוטינען. למשל, די אַרעסטירטע מערדער פֿון דעם אָפּאָזיציע־פֿירער באָריס נעמצאָוו זײַנען טשעטשענער, אָבער דעם מענטשן, אויך אַ טשעטשענער, וואָס האָט (אפֿשר) אָרגאַניזירט דעם מאָרד, האָט מען אַרויסגעפֿירט פֿון טשעטשניע, ער זאָל קענען זיך באַהאַלטן ערגעץ אין אויסלאַנד. דאָס איז געווען אַ שפּײַ אין פּנים די מאָסקווער אויספֿאָרשער, און געטאָן האָט מען עס, ווײַל קאַדיראָוו האָט אַזוי באַשלאָסן. נאָך מער: ניט לאַנג צוריק האָט ער אינסטרוקטירט זײַן פּאָליצײ, זיי זאָלן שיסן אין די רוסישע פּאָליציאָנטן, טאָמער יענע וועלן פּרוּוון דורכצופֿירן אַן אָפּעראַציע אויף דער טשעטשענישער טעריטאָריע. און דאָס אַלץ גייט אים אָפּ גלאַט.
אַ פֿרישער עפּיזאָד, וואָס באַטאָנט קאַדיראָווס אומאָפּהענגיקייט, האָט זיך אָפּגעשפּילט דעם 17טן מײַ. אין דעם טאָג האָט אַ ניט זייער יונגער (לויט אייניקע קוואַלן, אַ 57־יאָריקער; לויט אַנדערע קוואַלן, אַ 47־יאָריקער) פּאָליציאַנט חתונה געהאַט מיט אַ 17־יאָריק מיידל. דערצו האָט דער דאָזיקער מאַנצביל שוין געהאַט אַ פֿרוי, און די רייד איז געגאַנגען ניט וועגן ראָמאַנטישע געפֿילן מצד דעם מיידל, נאָר וועגן דעם, אַז איר משפּחה האָט ניט געקענט זאָגן „ניין‟ דעם היגן פּאָליציי־שעף.
די מאָסקווער פּרעסע האָט עס באַשריבן ווי אַ מיטל־עלטערלעכע חתונה, ווי אויך אַ פֿאַרברעכן — די רוסישע געזעצן דערלויבן ניט צו האָבן צוויי ווײַבער, און די כּלה מוז זײַן 18 יאָר אַלט. אָבער קאַדיראָוו האָט געשטיצט דעם חתן. ער איז געקומען אויף דער חתונה און אַפֿילו געטאַנצט אַ טראַדיציאָנעלן טאַנץ — אַ טאַנץ אויף צעזעצעניש.
ווי לאַנג וועט מאָסקווע קענען טאָלערירן אַזאַ מוסולמעניש־אויטאָריטאַרישן רעזשים, וואָס איז אויפֿגעבויט געוואָרן אונטער דער השגחה פֿון וולאַדימיר פּוטין? און וואָס פֿאַר אַ סוף וועט עס האָבן? קיין ענטפֿער איז דערווײַל ניטאָ. בשעת־מעשׂה ווערט די חוצפּה פֿון קאַדיראָוון — און זײַן סכּנה פֿאַר רוסלאַנד — אַלץ שטאַרקער און שטאַרקער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.