אַ נײַע אויסשטעלונג אינעם מוזיי פֿונעם קעניגלעכן שלאָס אין דער וואַרשעווער אַלט-שטאָט, הייסט אויף פּויליש Żyd Niemalowany w Ziemi Kanaan; דהײַנו, ייִדן געצייכנט אָן פֿאַרבן. סע גייט אַ רייד וועגן צייכענונגען פֿון ייִדן מיט טינט און פֿעדער, אָן קאָלירן. וווּ? אין ארץ־כּנען. דאָס לאַנד כּנען איז, פֿאַרשטייט זיך, ארץ־ישׂראל. די אויסשטעלונג איז אין תּוך אַ קאָלעקציע פֿון גראַפֿישער קונסט פֿונעם 15טן ביזן 18טן יאָרהונדערט. די בילדער אילוסטרירן פֿאַרשיידענע עפּיזאָדן פֿונעם תּנ״ך.
אין פּוילן, אַגבֿ, אין קעגנזאַץ צו ענגלאַנד אָדער אַמעריקע, קען מען נישט דעם תּנ״ך. דאָס לייענען פֿונעם אַזוי גערופֿענעם אַלטן טעסטאַמענט איז אַ מינהג בײַ די פּראָטעסטאַנטן. פּוילן, ווי מיר אַלע ווייסן, איז כּמעט דורכויס קאַטויליש.
דערפֿאַר איז די אויסשטעלונג באַזונדערש דערציִעריש דווקא דאָ אין וואַרשע. די צושויער קענען זיך באַקענען מיט באַרימטע סצענעס פֿונעם תּנ״ך, ווי למשל, דאָס בויען דעם בבֿל־טורעם, די מאַטערנישן פֿון יוסף הצדיק אין מצרים, אָדער בעלשאַצאַרס סעודה, וווּ ער זעט אויף דער וואַנט די באַרימטע ווערטער „מנא, מנא, תקל ופרסיין‟, וואָס מיינט, אַז פּערסיע וועט אין גיכן פֿאַרשקלאַפֿן זײַן מדינה, בבֿל.
לויט מײַן באַשיידענער מיינונג זענען בבֿל און פּערסיע ווײַט פֿון לאַנד כּנען; בעלשאַצאַר איז נישט געווען קיין ייִד, און די בויער פֿון דעם טורעם אויך נישט, אַזוי אַרום, איז דער טיטל פֿון דער אויסשטעלונג נישט קיין פּינקטלעכער, אָבער מילא.
אַ טייל פֿון די צייכענונגען זענען געמאַכט געוואָרן לויט די קלאַסישע מאָלערײַען פֿון גרויסע מײַסטער, ווי וואַן-דײַק, רעמבראַנדט, פּוסע און אַנדערע.
דער וואַרשעווער היסטאָריקער, פּאַוועל שאַפּיראַ,ַ האָט אָרגאַניזירט די אויסשטעלונג. אויב איר וועט קומען זי זען, קענט איר זיך מטריח זײַן צוגיין צוויי גאָרנס אַראָפּ, כּדי צו זען אויך די צוויי פּרעכטיקע רעמבראַנדטס מאָלערײַען: „דאָס מיידל מיטן היטל‟ און „אַ תּלמיד־חכם בײַם שטענדער‟. רעמבראַנדט, ווי באַקאַנט, האָט ליב געהאַט צו מאָלן ייִדישע טיפּן.
די מוזייען אין וואַרשע האָבן אַ שיינעם מינהג. אין חודש מײַ עפֿענען זיי טיר און טויער אויף איין נאַכט פֿאַרן ברייטן עולם. דעמאָלט איז נישט נאָר דער אַרײַנטריט פֿרײַ, אויף דער גאַס שטייען אויטאָבוסן, וואָס פֿירן דעם עולם פֿון איין מוזיי צו דעם צווייטן.
איינער פֿון די דאָזיקע מוזייען איז דער מוזיי בײַם ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט. דער ייִדישער היסטאָרישער אינסטיטוט געפֿינט זיך אויף דער טלאָמאַצקע־גאַס, און דער בנין איז איינער פֿון די גאָר ווייניק בנינים, וואָס זענען על־פּי־נס שטיין געבליבן אין זייער פֿאַר-מלחמהדיקער פּראַכט. פֿאַרן קריג איז דאָרט געווען די יודאַיִסטישע ביבליאָטעק. הײַנט שטייט ממש לעבן דעם בנין אַ בלויער וואָלקנס-קראַצער. פֿאַר דער מלחמה איז דאָרט געווען די גרויסע פּראָגרעסיווע שיל, וווּ דער באַרימטער חזן סיראָטאַ האָט געפֿירט די תּפֿילות.
שבת דעם 16טן מײַ האָט דער מוזיי אײַנגעלאַדן דעם וואַרשעווער עולם אויף אַ פּראָיעקציע פֿון אַ דאָקומענטאַלן פֿילם, וווּ מען האָט געקאָנט זען די גרויסע שיל אין איר פֿולער פּראַכט. באַגלייט דעם פֿילם האָט דאָס קול פֿונעם חזן סיראָטאַ מיט זײַן ווערסיע פֿון תּהילים פּרק ע״ב: „שִׁלְחוּ בָאֵשׁ, מִקְדָּשֶׁךָ; לָאָרֶץ, חִלְּלוּ מִשְׁכַּן-שְׁמֶך‟ָ
עס זינגט דאָרט דער גרויסער פּוילישער חזן, עטלעכע יאָר פֿאַר דער מלחמה. צום באַדויערן, זענען די ווערטער מקוים געוואָרן. מען האָט טאַקע פֿאַרברענט און מחלל געווען גאָטס משכּן, וואַרשעס גרעסטע שיל, די טלאָמאַצקע־שיל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.