אין דער קליינער שטאָט טערע-האָט, אינדיאַנע, געפֿינט זיך אַ חורבן־מוזיי. ער איז גאַנץ אַנדערש פֿון אַנדערע מוזייען פֿון דעם מין. די גרינדערין, עוואַ קאָר, שטעלט דעם טראָפּ אויף אירע אייגענע טראַגישע איבערלעבונגען בעתן חורבן, און צום סוף פֿון דער אויסשטעלונג, גיט זי צו פֿאַרשטיין דעם באַזוכער, אַז זי איז מוחל די נאַציס פֿאַר זייערע מעשׂים.
די מעשׂה הייבט זיך אָן אינעם דאָרף פּאָרץ, מערבֿ־רומעניע, וווּ מע האָט גערעדט אונגעריש. אַלכּסנדר און יפֿה מאָזעס האָבן דאָרטן אויפֿגעהאָדעוועט זייערע קינדער אויף אַ פֿאַרם אין אַ פֿרומער היים. זיי זענען אין דאָרף געווען די איינציקע ייִדישע משפּחה. אין 1934 איז בײַ זיי געבוירן געוואָרן אַ צווילינג — צוויי מיידעלעך, עוואַ און מרים. בסך־הכּל, זענען געווען פֿיר מיידלעך אין דער משפּחה מאָזעס. כאָטש מרים איז געווען די עלטערע פֿונעם צווילינג, איז עוואַ געוואָרן די פֿירערין, און האָט ליב געהאַט צו לייענען און לערנען.
אין 1940 האָט אונגערן אָקופּירט פּאָרץ און דאָס שווערע לעבן פֿאַר די ייִדן האָט זיך אנגעהויבן. קיין קריסטן האָבן מער נישט געטאָרט אַרבעטן פֿאַר די ייִדן און אין שול האָבן די לערערס געלאָזט די אַנדערע קינדער זיי שלאָגן. נישט געקוקט אויף דעם, האָט די משפּחה מאָזעס נישט געגלייבט, אַז די נאַציס וועלן קומען אין דאָרף בלויז צוליב איין משפּחה. אין 1944, ווען די פֿאַשיסטישע רעגירונג האָט איבערגענומען אונגערן, האָבן אַלכּסנדר און יפֿה באַשלאָסן צו אַנטלויפֿן, אָבער די אָרטיקע מיליץ האָט זיי באַלד געכאַפּט און צוריקגעבראַכט אַהיים.
אין מײַ 1944 האָט מען די משפּחה מאָזעס אַריבערגעפֿירט אין אַ געטאָ אין צעהיי [Cehei], וואָס איז געווען אַ ציגל־פֿאַבריק אין מיטן פֿון זומפּן. 8,500 ייִדן האָט מען אַרײַנגעקוועטשט אין אַ קליינעם שטח, וווּ ס׳רובֿ זענען געשלאָפֿן אין דרויסן און געוואָרן שוואַך און קראַנק. נאָך עטלעכע וואָכן האָט מען זיי געפֿירט אין אוישוויץ און צוליב זייער שלעכטן געזונט האָט מען כּמעט אַלע ייִדן פֿון דער געטאָ באַלד געשיקט אין די גאַזקאַמערן.
דער צווילינג, עוואַ און מרים, האָט ד״ר מענגעלע גענומען צו זיך פֿאַר זײַנע עקספּערימענטן. נאָך דער מלחמה האָבן זיי זייער ווייניק גערעדט וועגן אוישוויץ. מרים האָט חתונה געהאַט און געהאַט דרײַ קינדער, און עוואַ האָט חתונה געהאַט מיט מיקי קאָר, אויך אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה און געהאַט צוויי קינדער. מרים האָט עולה געווען קיין ישׂראל, און עוואַ האָט זיך באַזעצט אין טערע-האָט, אינדיאַנע. פֿאַר וואָס דווקא אין אַזאַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקל ווי טערע־האָט? ווײַל עוואַס מאַן האָט נאָך זײַן באַפֿרײַונג פֿון אוישוויץ זיך געחבֿרט מיט אַן אָפֿיציר אין דער אַמעריקאַנער מיליטער און געדינט ווי זײַן איבערזעצער. דער אָפֿיציר האָט ווי אַ דאַנק פֿאַר מיקיס אַרבעט, אים געהאָלפֿן ברענגען קיין אַמעריקע אין זײַן היימשטאָט, טערע־האָט.
עוואַ קאָר האָט געוואָלט וויסן, וואָס איז געוואָרן מיט די אַנדערע צווילינגען, וואָס האָבן איבערגעלעבט אוישוויץ; ווי אַזוי האָט די שרעקלעכע איבערלעבונג אויף זיי געווירקט? האָט זי מיט איר שוועסטער אָנגעהויבן אויסצוזוכן די אַנדערע, און אין 1984 האָבן זיי געשאַפֿן די אָרגאַניזאַציע CANDLES [ליכטלעך]. דאָס וואָרט באַשטייט פֿון ראָשי־תּיבֿות אויף ענגליש מיטן באַטײַט, „די לעבן־געבליבענע קינדער פֿון די נאַצי־עקספּערימענטן אין אוישוויץ‟. אַ דאַנק עוואַס מי, האָט די גרעסטע גרופּע פֿון „מענגעלע־צווילינג‟ זיך צונויפֿגעקומען אין 1985 אין ירושלים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.