וואָס איז דער ציל פֿון „קולטורפֿעסט‟?

What‘s the Goal of Kulturfest?


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published May 22, 2015, issue of June 12, 2015.
זלמן מלאָטעק, דער קינסטלערישער דירעקטאָר פֿון דער „פֿאָלקסבינע‟
זלמן מלאָטעק, דער קינסטלערישער דירעקטאָר פֿון דער „פֿאָלקסבינע‟

ווי אַ פֿײַערונג לכּבֿוד איר 100סטן יובֿל אָרגאַניזירט די „פֿאָלקסבינע‟ אַן איין־וואָכיקן פֿעסטיוואַל פֿון מוזיק, טעאַטער, פֿילם און קונסט אויף ייִדישע טעמעס. דער ריזיקער פֿעסטיוואַל, „קולטורפֿעסט‟, וועט ברענגען מער ווי 200 אַקטיאָרן, קינסטלער, מוזיקער און אַקאַדעמיקער פֿון איבער 30 לענדער קיין ניו־יאָרק, כּדי פֿאָרצושטעלן פּיעסעס, געבן קאָנצערטן, האַלטן אַקאַדעמישע רעפֿעראַטן און בכלל באַקענען דעם ניו־יאָרקער עולם מיט די פֿאַרשידנאַרטיקע אוצרות פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער קולטור. צווישן די געסט וועלן אויפֿטרעטן 10 ייִדיש־שפּראַכלעכע טעאַטער־טרופּעס פֿון 7 לענדער און מער ווי 50 מוזיקער און קאַפּעליעס פֿון אַלע עקן וועלט, אַרײַנגערעכנט ישׂראל, רוסלאַנד, אַרגענטינע, נאָרוועגיע, האָלאַנד און אַפֿילו יאַפּאַן. די פֿאָרשטעלונגען, פֿונעם 14טן ביזן 21סטן יוני, וועלן פֿאָרקומען אין 20 פֿאַרשידענע לאָקאַלן אין מאַנהעטן, ווי אויך צוויי אין ברוקלין.

„דאָס איז זיכער דער גרעסטער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער קולטור, וואָס איז אַמאָל געווען אין אַמעריקע‟, האָט איבערגעגעבן זלמן מלאָטעק, דער קינסטלערישער דירעקטאָר פֿון דער „פֿאָלקסבינע‟, בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟. „און פֿאַר אונדז איז עס, פֿאַרשטייט זיך, די גרעסטע זאַך, וואָס די ׳פֿאָלקסבינע׳ האָט געמאַכט אין איר הונדערט־יאָריקער געשיכטע‟.

ראָבין שאַטעל, אַ פּראָדוצענטקע פֿונעם פֿעסטיוואַל
ראָבין שאַטעל, אַ פּראָדוצענטקע פֿונעם פֿעסטיוואַל

„ס׳איז געווען אַ ריזיקע אַרבעט צונויפֿצושטעלן אַלצדינג פֿאַרן פֿעסטיוואַל‟, האָט דערקלערט ראָבין שאַטעל, אַ פּראָדוצענטקע פֿונעם פֿעסטיוואַל בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟. „ס׳איז זייער אינטערעסאַנט צו שאַפֿן פֿאַרבינדונגען, צו געפֿינען מענטשן, וועלכע מיר וואָלטן געוואָלט, זיי זאָלן אויפֿטרעטן אין ניו־יאָרק. מיר האָבן אויך אַרום 26 היגע קולטורעלע שותּפֿים, וואָס אַרבעטן מיט אונדז אונטערן דאַך פֿונעם פֿעסטיוואַל, כּדי פֿאָרצושטעלן פֿאַרשידענע פּראָגראַמען. בסך־הכּל וועט דער פֿעסטיוואַל אַרײַננעמען מער ווי 100 פֿאָרשטעלונגען‟.

מלאָטעק האָט איבערגעגעבן, אַז מע האָט אָנגעהויבן צו טראַכטן וועגן אַן אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל ווי אַן אופֿן צו פּראַווען דעם 90סטן געבורטסטאָג פֿון זײַן מאַמע, די עקספּערטין און זאַמלערין פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער חנה מלאָטעק ז׳׳ל. דער פֿעסטיוואַל איז, סוף־כּל־סוף, פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ פֿײַערונג ניט נאָר לזכר חנה מלאָטעקן, נאָר אויך לכּבֿוד דער ייִדישער קולטור בכלל און דעם 100סטן יובֿל פֿון „פֿאָלקסבינע‟ בפֿרט.

מלאָטעק און די פֿירערשאַפֿט פֿון דער „פֿאָלקסבינע‟ באַנוצן זיך מיטן פֿעסטיוואַל ווי אַן אופֿן אונטערצושרײַכן די פֿאַרגרעסערטע טעטיקייט פֿונעם טעאַטער. „מיר האָבן געטראַכט, ווי אַזוי קענען מיר מאַכן דעם גרעסטן רושם אין ניו־יאָרק און איבער דער וועלט, כּדי צו לאָזן מענטשן וויסן, ניט בלויז אַז ס׳איז נאָך דאָ אַ ייִדיש־טעאַטער; נאָר אַ ייִדיש־טעאַטער, וואָס אַנטוויקלט זיך אין אַ ׳צענטער פֿאַר פֿאָרשטעלונגס־קונסט׳ אין די לעצטע יאָרן?… ס׳איז ניט די ׳פֿאָלקסבינע׳, וואָס איז געווען, וווּ מע האָט געשטעלט איין פּיעסע 20 וואָכן לאַנג און שוין. איצט קומען שטענדיק פֿאָר אַ סך פֿאַרשידענע זאַכן בײַ אונדז מיט אַ מאָל‟.

מלאָטעק האָט דערקלערט, אַז דער פֿעסטיוואַל צילט זיך צו ברענגען אַ פֿאַרשיידנאַרטיקן עולם, אַרײַנגערעכנט די מענטשן, וואָס קומען ניט געוויינטלעך אויף די פֿאָרשטעלונגען בײַ דער „פֿאָלקסבינע‟. „דער גרעסטער ענין פֿאַר אונדז איז געווען, ווי אַזוי צו ברענגען אַן עולם, וואָס האָט ניט קיין פֿאַרבינדונג צו ייִדיש‟? האָט ער דערקלערט. „ווי אַזוי ברענגט מען זיי צום טיש? איז, טוען מיר עס ניט בלויז דורך מוזיק, ניט בלויז דורך טעאַטער, נאָר אויך דורך אַן אַקאַדעמישן סימפּאָזיום און זאַכן פֿאַר קינדער. ס׳איז דאָ עפּעס פֿאַר אַלעמען. מיר אַרבעטן אויף דעם שוין דרײַ יאָר און במשך פֿון דער צײַט האָט זיך דער פֿעסטיוואַל אַנטוויקלט אַ סך גרעסער, ווי מיר האָבן זיך לכתּחילה פֿאָרגעשטעלט‟.

כאָטש דער איצטיקער פֿעסטיוואַל איז גרעסער ווי אַלע פֿריִערדיקע ייִדיש־פֿעסטיוואַלן זינט דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט מלאָטעק דערקלערט, אַז זײַן בראשית ליגט אויך צום טייל אין די צוויי אינטערנאַציאָנאַלע פֿעסטיוואַלן פֿון ייִדיש־טעאַטער, וואָס זענען פֿאָרגעקומען אין מאָנטרעאַל אין 2009 און 2011. „די סיבה, פֿאַר וואָס מיר האָבן געהאַט די חוצפּה בכלל צו פּרובירן צו מאַכן אַזאַ פֿעסטיוואַל, איז ברײַנע וואַסערמאַן. זי האָט געשאַפֿן צוויי אינטערנאַציאָנאַלע פֿעסטיוואַלן אין מאָנטרעאַל, און זיי האָבן געהאַט געוואַלדיקע דערפֿאָלגן. און צוליב איר דערפֿאַרונג האָבן מיר באַשלאָסן, אַז מיר וועלן עס אויך קענען טאָן‟.

דער פֿעסטיוואַל וועט זיך אָפֿיציעל אָנהייבן זונטיק, דעם 14טן יוני, מיט אַ דערעפֿענונגס־קאָנצערט בײַם „ווינטער־גאָרטן‟ אין „בראָקפֿילד־פּלייס‟ מיט די „קלעזמאַטיקס‟ און דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער זינגער ניל צדקה, ווי אויך די אַקטריסעס פֿון דער ייִדישער בינע און „בראָדוויי‟ — עלינאָר ריסאַ און דזשאָען באָרץ, דער ייִדישער „רעפּ‟־זינגער פֿון מאָנטרעאַל SoCalled און די ייִדישע זינגער קאַרסטען טרויקע (דײַטשלאַנד), פּאָלינאַ שעפּהערד (רוסלאַנד/ענגלאַנד) און בענטע קאַהאַן (נאָרוועגיע). מיט איין טאָג פֿריִער וועט פֿאָרקומען אַ „באָרשט־באַל‟ בײַם „פּייפּער־באָקס‟ נאַכט־לאָקאַל אין ברוקלין מיט אַ פֿאַרשידנאַרטיקער גרופּע זינגער און מוזיקער, וואָס וועלן אויפֿטרעטן מיט לידער אויף ייִדיש, רוסיש, אוקראַיִניש, ענגליש און העברעיִש. די מוזיק וועט אַרײַננעמען פֿאַרשידענע סטילן, ווי קלעזמער, פֿאָלק, „פּאָנק‟, „היפּ־האָפּ‟ און עלעקטראָנישע מוזיק. אין דער „הויז־קאַפּעליע‟ וועלן אויפֿטרעטן צווישן אַנדערע פּאָלינאַ שעפּהערד, פֿראַנק לאָנדאָן, לאָרין סקלאַמבערג, ברײַאַן גלאַסמאַן, דזשייק שולמאַן־מענט און דמיטרי „זיסל‟ סלעפּאָוויטש.

כאָטש ניט אַלע טעאַטערס און מוזיקער וועלן שפּילן טאַקע אויף ייִדיש במשך פֿונעם פֿעסטיוואַל, האָט ראַבין שאַטעל דערקלערט, אַז „דער פֿאָדעם, וואָס בינדט זיי אַלע צונויף איז ייִדיש; זיי זענען אַלע שטאַרק באַאײַנפֿלוסט פֿון דער דאָזיקער קולטור. אַלע טעאַטערס, וואָס נעמען אָנטייל אינעם פֿעסטיוואַל העלפֿן ממשיך צו זײַן די ייִדישע קולטור, אָדער אויף אַ טראַדיציאָנעלן אופֿן, דורכן אַרבעטן מיט טעקסטן אויף ייִדיש, אַזוי ווי די ׳רומענער ייִדישער מלוכה־טעאַטער׳, אָדער דער (מאָנטרעאַלער) ׳ייִדישער טעאַטער אויפֿן נאָמען פֿון דבֿורה וואַסערמאַן׳, אָדער דורכן שפּילן פּיעסעס, וואָס שטאַמען פֿונעם ייִדישן רעפּערטואַר, און וואָס העלפֿן ווײַטער אָנצוגיין מיט דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער ירושה‟.

זלמן מלאָטעק האָט ספּעציעל דערמאָנט צוויי קאָנצערטן, וואָס שפּיגלען גוט אָפּ אָט די קולטורעלע המשכדיקייט פֿונעם פֿעסטיוואַל. אינעם ערשטן קאָנצערט, געווידמעט זײַן מאַמע חנה מלאָטעק ז׳׳ל, וועט ער, צוזאַמען מיט זײַנע אייגענע קינדער און זייערע קוזינען, די פֿינף אייניקלעך פֿון חנה מלאָטעק, אויפֿטרעטן בײַם „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה‟, כּדי פֿאָרצושטעלן לידער, וואָס חנה מלאָטעק ז׳׳ל האָט געזאַמלט בעת איר לאַנגער קאַריעריע. די פּראָגראַם, מיטן נאָמען „מיר טראָגן אַ געזאַנג‟ אויפֿן סמך פֿון דער פּאָפּולערע לידער־אַנטאָלאָגיע, וואָס חנה האָט צוזאַמענגעשטעלט מיט איר מאַן יאָסל, וועט פֿאָרקומען מאָנטיק, דעם 15סטן אין אָוונט.

אינעם צווייטן טאָג וועט אויפֿן בכּבֿודיקן SummerStage אין „צענטראַל־פּאַרק‟ פֿאָרקומען אַ קאָצנערט פֿון שטערן פֿון דער הײַנטצײַטיקער חסידישער מוזיק און חזנות. צווישן אַנדערע וועלן אויפֿטרעטן די פּאָפּ־זינגער ליפּאַ שמעלצער און אַברהם פֿריד, דער חזן יאַנקי לעמער און די פּאָפּולערע „נעאָ־חסידישע היפּסטער‟־גרופּע „זושאַ‟. דער קאָנצערט, מיטן נאָמען „ייִדישע נשמה‟, וועט זײַן ביז איצט די גרעסטע צוזאַמענאַרבעט צווישן מוזיקער פֿון דער חסידישער וועלט און די „פֿאָלקסבינע‟.

„מײַן חלום איז, אַז דאָס זאָל זײַן נאָר דער אָנהייב‟, האָט זלמן מלאָטעק דערקלערט. „מיר וועלן מאַכן אַ רובריק פֿאַר דער חסידישער וועלט. עס זענען דאָ ממש טויזנטער קינדער, וואָס רעדן ייִדיש אויף דער גאַס. זיי קענען ניט די עלטערע ייִדישע לידער. מיר ווילן מאַכן קאָנצערטן אין מאָנסי, ברוקלין, לייקוווּד, ׳פֿײַוו־טאַונס׳. אויב מיר דאַרפֿן באַקומען אַ השגחה פֿון אַ רבֿ, וועלן מיר דאָס טאָן. ס׳איז וויכטיק, אַז ייִדיש זאָל ניט זײַן בלויז פֿאַר אַ באַגרענעצטער צאָל מענטשן. אַז ס׳זענען דאָ מענטשן, וואָס לעבן זיך אויס אויף ייִדיש דאַרף מען קומען צו זיי. מיר וועלן זיי ווײַזן, אַז ס׳איז דאָ אַ גאַנצע וועלט פֿון מאַטעריאַל און ניט נאָר, חלילה, מאַטעריאַל, וואָס מאַכט חוזק פֿון פֿרומע ייִדן. ייִדיש דאַרף זײַן פֿאַר אַלעמען. מיר דאַרפֿן זײַן טאָלעראַנט און האָבן דרך־ארץ פֿאַר זייער וועלט. ס׳איז שוין צײַט צו ברענגען די חסידישע קינסטלער אויף אַ קאָנצערט. ס׳איז פֿאַר אונדז איינע פֿון די וויכטיקסטע געשעענישן פֿאַרן פֿעסטיוואַל‟.

קוקנדיק אויף דער צוקונפֿט, האָט מלאָטעק דערקלערט, אַז געוויסע קאָנצערטן במשך פֿונעם פֿעסטיוואַל דינען אויך ווי די ערשטע פּראָגראַמען, וואָס וועלן פֿאָרקומען אין דער „פֿאָלקסבינעס‟ נײַער היים, אין דעם „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה‟. „זינט איך בין דער אַרטיסטישער לײַטער פֿון דער ׳פֿאָלקסבינע׳, 18 יאָר, האָב איך געהאַט דעם חלום צו האָבן אַ פּערמאַנענטע היים פֿאַרן טעאַטער. אין מײַן צײַט זענען מיר שוין אויסגעווען אין 5 אָדער 6 לאָקאַלן. ווען ס׳איז ניטאָ קיין אַדרעס, איז עס אַ שווערער ענין צו ברענגען מענטשן. האָבן מיר דאָס מזל, וואָס מיר וועלן איצט האָבן אַ פּערמאַנענטע היים אינעם ׳מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה׳. ס׳איז פֿאַר אונדז געווען אַ וווּנדערלעכער געדאַנק, ווײַל די צילן פֿון די אָרגאַניזאַציעס זענען די זעלביקע: וואָס קען זײַן בעסער פֿאַר אַזאַ מוזיי, ווי צו האָבן אַ ׳פֿאָלקסבינע׳ מיט מוזיק, מיט טעאַטער? וואָס קען זײַן בעסער צו געבן מענטשן, וואָס באַזוכן דעם מוזיי, אַ לעבעדיקן קלאַנג, אַ לעבעדיקע אויפֿפֿירונג פֿון אַ ייִדיש־ליד? דער פֿעסטיוואַל איז ניט בלויז לכּבֿוד אונדזער יובֿל, נאָר אויך לכּבֿוד דעם, וואָס מיר האָבן ענדלעך געפֿונען אַ היים נאָך 25 יאָר‟.

דער פּערסאָנאַל פֿון דער „פֿאָלקסבינע‟ אַרבעט נאָך אַלץ שווער צוצוגרייטן די פּראָגראַמען און צו פֿאַרזיכערן, אַז אַלצדינג זאָל גיין ווי געהעריק (סײַ מלאָטעק און סײַ שאַטעל האָבן דערמאָנט, אַז מע נייטיקט זיך נאָך אין וואָלונטירן, וואָס וועלן באַקומען הנחות אויף די פֿאָרשטעלונגען). ניט געקוקט אויף דעם, אָבער, האָט מלאָטעק איבערגעגעבן, אַז מע טראַכט שוין וועגן איבעראַיאָר און מע האָפֿט צו שאַפֿן אַן ענלעכן פֿעסטיוואַל, כאָטש פֿון אַ קלענערן פֿאַרנעם.