דײַטשלאַנד־ישׂראל: דער נס פֿון 20סטן יאָרהונדערט

Germany and Israel: A 20th Century Miracle

דער דײַטשישער פּרעזידענט יאָכים גאַוק און דער ישׂראלדיקער פּרעזידענט ראובֿן ריבֿלין פּאָזירן בעת זיי קומען אָן אויף אַ פֿײַערונג לכּבֿוד 50 יאָר זינט מע האָט אָנגעהויבן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן ישׂראל און דײַטשלאַנד
Getty Images
דער דײַטשישער פּרעזידענט יאָכים גאַוק און דער ישׂראלדיקער פּרעזידענט ראובֿן ריבֿלין פּאָזירן בעת זיי קומען אָן אויף אַ פֿײַערונג לכּבֿוד 50 יאָר זינט מע האָט אָנגעהויבן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן ישׂראל און דײַטשלאַנד

פֿון איתן פֿינקעלשטיין

Published May 24, 2015, issue of June 12, 2015.

מיט 50 יאָר צוריק, דעם 12 מײַ 1965, איז אויף דער דיפּלאָמאַטישער בינע פֿאָרגעקומען אַ געשעעניש, וואָס פֿאַקטיש אַלע פֿאַראינטערעסירטע צדדים האָבן עס אָפּגעשאַצט ווי אַ נישט־רײַפֿס, צו אַן אײַליקס, אַפֿילו — אַ צווייפֿלהאַפֿטיקס, וואָס קאָן אַרויסרופֿן בלויז פּאָליטישע סקאַנדאַלן און, חלילה, דערפֿירן צו אַן אויפֿרײַס. די אָפּטימיסטן האָבן דאָס געשעעניש אָפּגעשאַצט, אין בעסטן פֿאַל, אַז ס׳וועט פֿאַרבלײַבן אין דער געשיכטע, ווי אַ ווייניק באַטײַטנדיקער אַקט. די רייד גייט וועגן דעם אָנשטעלן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן דער פֿעדעראַטיווער דײַטשישער רעפּובליק און מדינת־ישׂראל.

צוריק גערעדט, האָט מען עס געקאָנט פֿאַרשטיין: ס׳איז צו יענער צײַט אַדורך בלויז 20 יאָר, זינט ס׳זײַנען אויסגעלאָשן געוואָרן די אומברענג־אויוונס, וווּ עס זײַנען פֿאַרברענט געוואָרן זעקס מיליאָן ייִדן; זינט מ׳האָט אויפֿגעהערט אויפֿצורײַסן שילן, פֿאַרברענען ייִדישע הײַזער און גאַנצע שטעטלעך, באַרויבן ייִדישע בענק, מוזייען, פּריוואַטע גאַלעריעס און דאָס ייִדישע האָב־און־גוטס.

צו יענער צײַט זענען ס׳רובֿ ייִדישע אײַנוווינער אין ישׂראל באַשטאַנען דווקא פֿון די מענטשן, וועלכע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, געוועזענע קאַצעטלער, וואָס האָבן פֿאַרלוירן אַלע זייערע נאָענטע מענטשן, שוין אָפּגערעדט וועגן זייערע היימען. צי האָבן אָט די מענטשן געקאָנט אַפֿילו צולאָזן דעם געדאַנק צו מאַכן שלום מיט רוצחים און תּלינים?

ישׂראל האָט געקאָכט און געזאָטן. די פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציעס האָבן פֿאַרפֿלייצט די גאַסן: „געלט פֿאַר בלוט פֿון פֿאַרפּײַניקטע און דערמאָרדעטע? קיין מאָל ניט!‟ וואָס שייך דײַטשלאַנד, איז דאָרט נאָך נישט געקומען צום סוף דער דענאַציפֿיקאַציע־פּראָצעס, דורכגעפֿירט פֿון דער אָקופּאַציע־מאַכט — בפֿרט דער אַמעריקאַנער. אַלע נאַצי־אָרגאַניזאַציעס און זייער סימבאָליק זענען געווען שטרענג פֿאַרווערט; די גרעסטע תּלינים — געמישפּט און געטייט, אָדער פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין תּפֿיסה. דאָס לאַנד האָט זיך געשטעלט אויפֿן וועג פֿון דעמאָקראַטישער אַנטוויקלונג; דעם נײַעם דור דײַטשן איז שווער געווען צו גלייבן אין דעם שוידער און רציחה, וואָס זייערע טאַטעס און זיידעס האָבן אָפּגעטאָן.

פֿון דעסטוועגן, האָבן נאָך געלעבט יענע, וועלכע האָבן געבראַכט היטלערן צו דער מאַכט, און זיך באַטייליקט אין די בלוטיקע שלאַכטן, בתוכם אינעם אומברענגען ייִדן. ביידע טיילן פֿונעם צעשפּאָלטענעם דײַטשלאַנד האָבן נישט געגלייבט, אַז די ייִדן וועלן זיי אַמאָל מוחל זײַן, יעדנפֿאַלס אין די נאָענטע 100 יאָר.

ס׳איז אָבער געשען אַ נס. נישט בלויז זײַנען אָנגעשטעלט געוואָרן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן ישׂראל און דײַטשלאַנד, נאָר די באַציִונגען צווישן די ייִדן און דײַטשן זײַנען איבערגעוואַקסן אין אַן ענגער פֿרײַנדשאַפֿט. הײַנט זײַנען די פֿאַרבינדונגען צווישן ביידע לענדער אָפֿענע, פֿאַרטרוילעכע און פֿרײַנדלעכע. די רעגירונגען טרעפֿן זיך איין מאָל אין יאָר צו קאָנסולטירן זיך. נישט געקוקט אויף די חילוקי־דעות, וואָס שייך דער ישׂראל־פּאָליטיק אויף די שטחים, קאָן ישׂראל זיך פֿאַרלאָזן אויף דײַטשלאַנד; אפֿשר מער, ווי אויף אַן אַנדער אייראָפּעיִש לאַנד.