(די 2 טע זײַט פֿון 2)
כאָטש דער פֿענאָמען פֿון היימלאָזיקייט און בעטלערײַ איז אונדז באַקאַנט פֿונעם אָנהייב פֿון דער מענטשלעכער געשיכטע, האָט די איצטיקע תּקופֿה דערפֿון זיך באמת אָנגעהויבן אין די 1970ער יאָרן. דעמאָלט האָט מען אַרויסגעלאָזט צענדליקער טויזנטער גײַסטיק קראַנקע מענטשן פֿון די שפּיטעלער און משוגעים־הײַזער, כּלומרשט פֿאַר זייער טובֿה וועגן, און לאַנגע יאָרן געטאָן קנאַפּ וואָס זיי צו העלפֿן. ווי באַלד די דאָזיקע חולים האָבן געהאַט אַ רעכט זיך אָפּצוזאָגן פֿון דער מעדיצינישער באַהאַנדלונג, כּל־זמן זיי טשעפּען ניט קיין אַנדערע, ווי אויך זיך אָפּצוזאָגן פֿון אַ בעט אין די שטאָטישע אַזילן, האָבן זיי זיך אַרומגעוואַלגערט פֿרײַ אויף די גאַסן.
אין יענער תּקופֿה האָט מען אויך שטאַרק רעדוצירט די צאָל איין־צימער־דירות (single room occupancy אָדער SRO בלע”ז), וואָס האָבן געדינט אַ סך אָרעמע־לײַט ווי ביליקע אַכסניות און אינטערנאַטן. אַ צימער האָט מען געהאַט פֿאַר זיך אַליין, אָבער מיט דער קיך און וואַשצימער האָט מען זיך געטיילט מיט די שכנים. אַזעלכע בנינים האָט מען אָפֿט איבערגעמאַכט אין נאָרמאַלע דירות מיט עטלעכע שלאָפֿצימערן, וואָס די פֿריִערדיקע אײַנוווינער האָבן זיך ניט געקענט דערלויבן.
אַ גרויסן טייל פֿון די הײַנטיקע היימלאָזע איז ניט אַזוי שווער צו העלפֿן: די משפּחות מיט קינדער, למשל, קען מען געבן אַ דירה און געענדיקט. זיי זײַנען היימלאָז, דער עיקר, צוליב עקאָנאָמישע סיבות, און מע זעט זיי זעלטן אויף די גאַסן, ווײַל זיי שטייען אײַן אין די אַזילן. אַפֿילו ווען מע זעט זיי יאָ, קען מען ניט גרינג דערקענען, אַז זיי זײַנען היימלאָזע: די קינדער לערנען זיך ווײַטער אין די שולן, די עלטערן גייען אפֿשר צו דער אַרבעט ווי געוויינטלעך.
מיט די גײַסטיק קראַנקע, שיכּורים און נאַרקאָמאַנען, וואָס שלאָפֿן אויף דער גאַס, איז ניט אַזוי פּשוט. אַרום 80% זײַנען מענער און זיי האָבן אָפֿט ערנצטע פּראָבלעמען מיטן פֿיזישן און פּסיכאָלאָגישן געזונט, מיט אַלקאָהאָליזם אָדער מיט נאַרקאָטיק. מיט זיי דאַרפֿן זיך פֿאַרנעמען אַ סך דאָקטוירים און פּסיכיאַטער, פּסיכאָלאָגן, סאָציאַל-אַרבעטער, וואָלונטירן, פּאָליציאַנטן — ס׳איז אַ ריזיקע אַרבעט.
מעיאָר ביל דע בלאַזיאָ האָט אַ פּלאַן, וואָס דארף פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ פֿון די היימלאָזע אין ניו־יאָרק: בויען מער „סאָציאַלע וווין־שטחים‟, שאַפֿן מער ביליקע דירות, און אַזוי רעדוצירן אַ ביסל די פּרײַזן אויך אויפֿן פֿרײַען מאַרק. דאָס וועט אַוודאי העלפֿן, אָבער קיין לייזונג וועט דאָס ניט זײַן, ווײַל וויפֿל ביליקע דירות עס זאָלן ניט זײַן אין ניו־יאָרק, וועלן זיך גלײַך געפֿינען די מענטשן, וואָס זאָלן זיי פֿאַרנעמען. אין די קומענדיקע פֿופֿצן יאָר קענען נאָך אַ מיליאָן מענטשן זיך אַרײַנציִען אין שטאָט, אויב עס וועט נאָר זײַן פּלאַץ פֿאַר זיי.
קיין בעסער אָרט פֿאַר היימלאָזע ווי מאַנהעטן וועט זיך ניט געפֿינען: דאָ איז פֿאַראַן די סאָציאַלע באַדינונג, די קלויסטערס, די אונטערבאַן, די גאַנצע אינפֿראַסטרוקטור צו העלפֿן זיי. ס׳איז דאָ בײַ וועמען צו בעטלען און ס׳איז דאָ אַ טאָלעראַנטע אַטמאָספֿער פֿאַר די בעטלער. קען מען זיך ריכטן, אַז די פּראָבלעם פֿון היימלאָזיקייט וועט נאָך ווערן ערגער, איידער עס ווערט בעסער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.