ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne


פֿון שרה זילבערמאַן

Published May 26, 2015, issue of June 12, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

רעפֿעראַט װעגן אונגאַרישן ייִדנטום

אַ רעפֿעראַט װעגן דער קולטור־ירושה און דעם המשך פֿון אונגאַרישן ייִדנטום  װערט געהאַלטן אין אונגאַריש בײַם ייִדישן חורבן־צענטער און מוזעום אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט עלסטערנװיק.

ייִדן װעלן אַרױסהעלפֿן אין דער אױספֿאָרשונג פֿון כּשרע עסנס

דער עקזעקוטיװ־ראַט פֿון אױסטראַלישן ייִדנטום װעט אַרױסהעלפֿן אין דער אױספֿאָרשונג פֿון כּשרע עסנס אין אױסטראַליע אונטער דער השגחה פֿון דער אױסטראַלישער רעגירונג. די רעגירונג װעט גלײַכצײַטיק אױספֿאָרשן כאַלאַל־עסנס און אָרגאַנישע עסנס, װעלכע װערן פֿאַרקױפֿט אין אױסטראַליע. די רעגירונג װיל דערגײן צי קונים װײסן גענוג װעגן דעם פּראָצעס פֿון צוגרײטן די עסנס צום פֿאַרקױפֿן און אױך אױף װאָס די צוגרײטער געבן אױס די געלטער, װעלכע זײ נעמען אײַן.

גערער חסידים האָבן געהאַט אַ דעה אין אַ מעלבורנער סקאַנדאַל

דאָס װיקטאָרישע הױפּט־געריכט אין מעלבורן האָט געהערט די װאָך, אַז אַ גרופּע גערער חסידים אין מדינת־ישׂראל האָט געהאַט אַ דעה אינעם סקאַנדאַל בײַ דער מעלבורנער חרדישער טאָגשול „עדת־ישׂראל‟, װוּ אַ געװעזענע מיטאַרבעטערין װערט באַשולדיקט אין האָבן באַגאַנגען סעקסועלע מיסברױכן קעגן אַ גרופּע תּלמידות פֿון דער טאָגשול. רביצין מלכּה לײפֿער האָט געלערנט אין אַ גערער מײדל־שול אין מדינת־ישׂראל אײדער זי איז אָנגעשטעלט געװאָרן צו אַרבעטן בײַ דער „עדת־ישׂראל טאָגשול‟ אינעם יאָר 2000.                                               אַ געװעזענער פּרנס פֿון דער מעלבורנער „עדת־ישׂראל‟־שול האָט געזאָגט אין געריכט, אַז ער האָט נישט געװוּסט פֿאַרװאָס די גערער האָבן געװאָלט, אַז רביצין לײפֿער זאָל פֿאַרלאָזן זײער שול. ער האָט געזאָגט, אַז די מעלבורנער האָבן נאָר געהערט גוטע זאַכן װעגן רביצין לײפֿער פֿון די גערער אײדער זי איז אָנגעשטעלט געװאָרן.

דער ריכטער פֿונעם הױפּט־געריכט האָט געפֿרעגט, פֿאַר װאָס עס שטײט געשריבן אױף לײפֿערס אימיגראַציע אַפּליקאַציע, אַז זי גײט אַרבעטן װי די פֿאַרװאַלטערין פֿון דער „עדת־ישׂראל־קינדערשול‟ אין מעלבורן. דער שולס אַדװאָקאַט זאָגט איצטער, אַז רביצין לײפֿער האָט געדינט װי דער הױפּט פֿון ייִדישע שטודיעס אין דער טאָגשול און נישט װי קײן פֿאַרװאַלטערין. דער ריכטער זאָגט, אַז אַזאַ ענדערונג איז קײן מאָל נישט געמאַכט געװאָרן אין די פּאַפּירן, װעלכע געפֿינען זיך בײַ דעם אימיגראַציע־מיניסטאָריום. דער מישפּט גײט װײַטער אָן.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.