ייִדישע קאָמיקער פֿון אױסטראַליע און אין אױסלאַנד האָבן ביז סוף חודש צײַט אױסצודריקן אַן אינטערעס אָנטײלצונעמען אינעם ערשטן מעלבורנער ייִדישן קאָמעדיע־פֿעסטיװאַל, װאָס װעט פֿאָרקומען אין אָקטאָבער, 2015. דער פֿעסטיװאַל װעט דױערן אײן װאָך. סידנעי האָט שױן אַן ענלעכן פֿעסטיװאַל פֿאָרצושטעלן ייִדישע קאָמיקערס.
„בני־ברית װיקטאָריע‟ פֿײַערט 70 יאָר נאָך דעם װי זי איז געגרינדעט געװאָרן אין מעלבורן אין 1945. דער הױפּט־רעדנער בײַ דער אונטערנעמונג װעט זײַן דער לאָקאַלער ריכטער האַואַרד נײטען.
די אַנטי-דעפֿאַמאַציע־קאָמיסיע פֿון „בני־ברית אױסטראַליע‟ האָט געטאַדלט די פֿירמע „אַמאַזאָן‟ פֿאַרן פֿאַרקױפֿן ביכער, װעלכע לײקענען דעם חורבן. לױטן אױסטראַלישן געזעץ טאָר מען נישט לײקענען דעם חורבן פֿון אײראָפּעיִשן ייִדנטום.
דער מעלבורנער רעפֿאָרם־טעמפּל „בית־ישׂראל‟ אָרדנט אײַן אַ „זמריה‟־קאָנצערט פֿון ייִדישער מוזיק סוף חודש. עס װעלן אָנטײלנעמען די מעלבורנער קלעזמער־קאַפּעליע „קלעזמאַניע‟ און אױך ייִדישע מוזיקערס און זינגערס, װעלכע זײַנען אַ טײל פֿונעם טעמפּלס גרױסער סבֿיבֿה.
סעם מאָשינסקי, װאָס איז אַלײן געװען אַן אײַנװױנער פֿונעם שאַנגהײַער געטאָ, צוזאַמען מיט זײַנע עלטערן, װעט רעדן װעגן דעם געטאָ־לעבן בײַם געזעלשאַפֿטלעכן קלוב בײַם מעלבורנער חורבן־צענטער און מוזעום.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.