זשוטאַ האַרטמאַן איז אַוועק אין דער אייביקײט אין עלטער פֿון 93 יאָר, מיטוואָך דעם 20סטן מײַ. זי האָט געקעמפֿט אינעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ, אָבער איז געווען אַ מיטגליד פֿון Żydowski Związek Wojskowy, אָדער אויף העברעיִש, „הארגון הצבאי היהודי — אצ״י‟.
„הארגון הצבאי היהודי‟ — קלינגט כּמעט ווי „הארגון הצבאי הלאומי‟, אָדער אצ״ל, וואָס האָט געקעמפֿט קעגן די ענגלענדער אין ארץ-ישׂראל. ווי מיר ווייסן, האָבן די לינקע ציוניסטן אין ישׂראל געשאַפֿן די אַזוי גערופֿענע „הגנה‟, און די רעכטע, די רעוויזאָניסטן, די תּלמידים פֿון זאבֿ זשאַבאָטינסקי, דעם אצ״ל. די ענלעכקײט צווישן אצ״י און אצ״ל איז נישט קיין צופֿעליקע. די אצ״י זענען טאַקע געווען די רעכטע, די רעוויזיאָניסטן אין דער געטאָ. בראש פֿונעם אצ״י איז געשטאַנען דער 23־יאָריקער פּאַוועל פֿרענקעל. אַלע קענען דעם געטאָ־קעמפֿער מרדכי אַנילעוויטש, דער מיטגליד פֿון „השומר הצעיר‟. אינעם רעוויזיאָניסט פּאַוועל פֿרענקעל האָט מען כּמעט פֿאַרגעסן.
די רעוויזיאָניסטן האָבן טאַקע געטענהט, אַז במשך פֿון לאַנגע יאָרן האָט מען פֿאַרשוויגן די דעצידירנדיקע ראָלע וואָס זיי האָבן געשפּילט אינעם קאַמף קעגן די דײַטשן אין וואַרשעווער געטאָ. דער א״צי האָט געהאַט מער און בעסערע וואָפֿנס, ווי די אַנדערע גרופּירונגען מיט מרדכי אַנילעוויטש בראָש. זיי האָבן געהאַט דעם איינציקן מאַשינביקס אין געטאָ. זיי זענען אויך געווען בעסער אויסטרענירט.
די אַציניקעס האָבן געפֿירט דעם גרעסטן קאַמף בשעת דעם אויפֿשטאַנד, דעם קאַמף אויפֿן מוראַנאָווסקי סקווער, און האָבן אויפֿגעהויבן צוויי ריזיקע פֿענער, די פּוילישע און די ייִדישע, איבער דער געטאָ. די פֿענער האָבן געפֿלאַטערט אין מיטן וואַרשע במשך פֿון פֿיר טעג און אַלע וואַרשעווער, פּאָליאַקן און ייִדן, האָבן זיי געזען. דאָס האָט געמאַכט אַ געוואַלדיקן אײַנדרוק.
זשוטאַ האַרטמאַן האָט אָפֿטמאָל דערמאָנט, אַז די געשיכטע־ביכער אין ישׂראל דערמאָנען בלויז אַנילעוויטשן און זײַן אָרגאַניזאַציע. די רעוויזיאָניסטן ווערן איגנאָרירט. ערשט מיט פֿינעף יאָר צוריק האָט זשוטאַ באַקומען די ערן־בירגערשאַפֿט פֿון וואַרשע. סײַ אין ישׂראל און סײַ אין פּוילן האָט מען סוף־כּל־סוף אָנערקענט דעם העראָיִשן קאַמף פֿון די רעכטע אויפֿשטענדלער בכלל, און פֿון איר אָנטייל אינעם דאָזיקן קאַמף בפֿרט.
ממש די טעג אַרבעטן צוויי רעזשיסאָרן, אין ישׂראל און אין פּוילן, אויף צוויי באַזונדערע דאָקומענטאַרע פֿילמען, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט דער דאָזיקער היסטאָרישער עוולה.
דעם 19טן מײַ איז אַוועק אין דער אייביקײט דער גרויסער ייִדישער היסטאָריקער, ראָבערט סאָלאָמאָן וויסטריך, דער זון פֿון פּוילישע ייִדישע קאָמוניסטן, וואָס זענען אַנטלאָפֿן קיין קאַזאַכסטאַן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. פּויליש איז געווען זײַן מאַמע־לשון.
די עלטערן מיטן זון זענען צוריקגעקומען קיין פּוילן נאָך דער מלחמה, אָבער ווי ייִדן, האָבן זיי קיין מקום־מנוחה דאָ נישט געפֿונען. זיי האָבן זיך אײַנגעאָרדנט אין ענגלאַנד, וווּ וויסטריך האָט זיך געלערנט אין אַ לאָנדאָנער שול, אין וועלכער 30 פּראָצענט פֿון די תּלמידים, ווי ער פֿלעגט זאָגן, זענען געווען ייִדן, און 90 פּראָצענט פֿון די לערער זענען געווען אַנטיסעמיטן.
אַן אויסגעצייכנטער תּלמיד, האָט וויסטריך באַקומען אַ סטיפּענדיע, און זיך געלערנט געשיכטע אין קעמברידזש־אוניווערסיטעט. ער איז געווען, ווי דאָס רובֿ קעמברידזשער סטודענטן, אַ לינקער, געגאַנגען מיטן אידעאָלאָגישן וועג פֿון זײַן טאַטע-מאַמע. ער האָט אַפֿילו זיך באַטייליקט אין דעם פּאַריזער אויפֿשטאַנד פֿון די סטודענטן אין יאָר 1968.
וויסטריך האָט אָבער געזען מיט די אייגענע אויגן די סאָוועטישע אינוואַזיע אין טשעכאָסלאָוואַקײַ אין 1968. דאָס און די אַנטיסעמיטישע פּראָפּאַגאַנדע פֿון אַ סך לינקע פּאַרטייען אין אייראָפּע, האָבן געביטן זײַן פּאָליטישן קוקווינקל. זײַן דאָקטאָראַט האָט ער אָנגעשריבן וועגן דער באַציִונג פֿון די לינקע צו די ייִדן אין 19טן יאָרהונדערט.
וויסטריך איז געוואָרן מסתּמא דער גרעסטער ספּעציאַליסט פֿון מאָדערנעם אַנטיסעמיטיזם. פֿאַרשטייט זיך, אַז דער מאָדערנער אַנטיסעמיטיזם איז בלויז אַ המשך פֿון דעם אַלטן אַנטיסעמיטיזם. וויסטריכס באַקאַנט בוך וועגן שׂינאת־ישׂראל הייסט טאַקע ANTISEMITISM, THE LONGEST HATRED. ער האָט געשריבן נישט נאָר וועגן דעם קריסטלעכן, נאָר אויך וועגן דעם איסלאַמישן אַנטיסעמיטיזם.
ראָבערט וויסטריך איז געשטאָרבן אין רוים פֿון אַ האַרצשלאַק. געקומען איז ער קיין רוים, כּדי צו האַלטן אַ רעדע אינעם איטאַליענישן פּאַרלאַמענט וועגן וווּקס פֿון שׂינאת-ישׂראל אין אייראָפּע אין דער לעצטער צײַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.