ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published May 27, 2015, issue of June 12, 2015.

די ראָלע פֿון רעוויזיאָניסטן אינעם אויפֿשטאַנד

זשוטאַ האַרטמאַן איז אַוועק אין דער אייביקײט אין עלטער פֿון 93 יאָר, מיטוואָך דעם 20סטן מײַ. זי האָט געקעמפֿט אינעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ, אָבער איז געווען אַ מיטגליד פֿון Żydowski Związek Wojskowy, אָדער אויף העברעיִש, „הארגון הצבאי היהודי — אצ״י‟.

„הארגון הצבאי היהודי‟ — קלינגט כּמעט ווי „הארגון הצבאי הלאומי‟, אָדער אצ״ל, וואָס האָט געקעמפֿט קעגן די ענגלענדער אין ארץ-ישׂראל. ווי מיר ווייסן, האָבן די לינקע ציוניסטן אין ישׂראל געשאַפֿן די אַזוי גערופֿענע „הגנה‟, און די רעכטע, די רעוויזאָניסטן, די תּלמידים פֿון זאבֿ זשאַבאָטינסקי, דעם אצ״ל. די ענלעכקײט צווישן אצ״י און אצ״ל איז נישט קיין צופֿעליקע. די אצ״י זענען טאַקע געווען די רעכטע, די רעוויזיאָניסטן אין דער געטאָ. בראש פֿונעם אצ״י איז געשטאַנען דער 23־יאָריקער פּאַוועל פֿרענקעל. אַלע קענען דעם געטאָ־קעמפֿער מרדכי אַנילעוויטש, דער מיטגליד פֿון „השומר הצעיר‟. אינעם רעוויזיאָניסט פּאַוועל פֿרענקעל האָט מען כּמעט פֿאַרגעסן.

די רעוויזיאָניסטן האָבן טאַקע געטענהט, אַז במשך פֿון לאַנגע יאָרן האָט מען פֿאַרשוויגן די דעצידירנדיקע ראָלע וואָס זיי האָבן געשפּילט אינעם קאַמף קעגן די דײַטשן אין וואַרשעווער געטאָ. דער א״צי האָט געהאַט מער און בעסערע וואָפֿנס, ווי די אַנדערע גרופּירונגען מיט מרדכי אַנילעוויטש בראָש. זיי האָבן געהאַט דעם איינציקן מאַשינביקס אין געטאָ. זיי זענען אויך געווען בעסער אויסטרענירט.

די אַציניקעס האָבן געפֿירט דעם גרעסטן קאַמף בשעת דעם אויפֿשטאַנד, דעם קאַמף אויפֿן מוראַנאָווסקי סקווער, און האָבן אויפֿגעהויבן צוויי ריזיקע פֿענער, די פּוילישע און די ייִדישע, איבער דער געטאָ. די פֿענער האָבן געפֿלאַטערט אין מיטן וואַרשע במשך פֿון פֿיר טעג און אַלע וואַרשעווער, פּאָליאַקן און ייִדן, האָבן זיי געזען. דאָס האָט געמאַכט אַ געוואַלדיקן אײַנדרוק.

זשוטאַ האַרטמאַן האָט אָפֿטמאָל דערמאָנט, אַז די געשיכטע־ביכער אין ישׂראל דערמאָנען בלויז אַנילעוויטשן און זײַן אָרגאַניזאַציע. די רעוויזיאָניסטן ווערן איגנאָרירט. ערשט מיט פֿינעף יאָר צוריק האָט זשוטאַ באַקומען די ערן־בירגערשאַפֿט פֿון וואַרשע. סײַ אין ישׂראל און סײַ אין פּוילן האָט מען סוף־כּל־סוף אָנערקענט דעם העראָיִשן קאַמף פֿון די רעכטע אויפֿשטענדלער בכלל, און פֿון איר אָנטייל אינעם דאָזיקן קאַמף בפֿרט.

ממש די טעג אַרבעטן צוויי רעזשיסאָרן, אין ישׂראל און אין פּוילן, אויף צוויי באַזונדערע דאָקומענטאַרע פֿילמען, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט דער דאָזיקער היסטאָרישער עוולה.