דעפּאָרטאַציע פֿון ייִדן אין 1915

Deportations of Jews in 1915


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published May 29, 2015, issue of June 26, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

מיט אַ יאָרהונדערט צוריק האָט דער מצבֿ געהאַט אין גאַנצן אַן אַנדער פּנים. ס’רובֿ ייִדן זײַנען נאָך אַלץ געווען אין רוסלאַנד. זייער פּאַטריאָטיזם צי ניט־פּאַטריאָטיזם האָט, בלי־ספֿק, געהאַט אויך אַ געאָגראַפֿישע דימענסיע. אַ וואַרשעווער, אַ ווילנער צי אַ קיִעווער ייִד האָט געקענט האָבן גאַנץ פֿאַרשיידענע סענטימענטן לגבי רוסלאַנד. אַ סבֿרא, אַז די שטימונג פֿון גרויס־שטאָטישע ייִדן האָט געקענט זיך שיידן, דערצו ממשותדיק, מיט דער שטימונג פֿון שטעטלדיקע ייִדן צי ייִשובֿניקעס.

פֿון מײַן אייגענער דערפֿאַרונג פֿון פֿאָרשן דעם דאָזיקן ענין, האָב איך אַרויסגעטראָגן דעם אײַנדרוק, אַז דער פֿאַרמעגלעכער און געבילדעטער טייל פֿונעם רוסישן ייִדנטום האָט געוויזן די נטיה צו זײַן פּאַטריאָטיש צי אַפֿילו הייס־פּאַטריאָטיש. וואָס שײך דעם „ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר‟, איז שווער צו זײַן זיכער, אויף וועמענס צד איז ער געווען, אַ חוץ זײַן אייגענעם צד. שלום־עליכם האָט מײַסטעריש געשילדערט די אַטמאָספֿער פֿון יענער צײַט אין זײַנע „מעשׂיות פֿון טויזנט און איין נאַכט‟.

די דעפּאָרטאַציעס פֿון יאָר 1915 האָבן איבערגעלאָזט פֿאַרשיידענע, אָפֿט מאָל, טיפֿע שפּורן. ווי אַ פּועל־יוצא פֿון דער דאָזיקער מיגראַציע, זײַנען אויסגעוואַקסן און שטאַרקער געוואָרן די ייִדישע קהילות אין אַזעלכע ווינקלען פֿון רוסלאַנד, וווּ פֿריִער האָט מען זעלטן געזען אַ ייִד. דער תּחום־המושבֿ איז דעמאָלט, אין אַ גרויסער מאָס, אָפּגעשאַפֿן געוואָרן. למשל, אין מאָסקווע האָבן בעת דער מלחמה זייער אַ גרויסע ראָלע געשפּילט די פּוילישע ייִדן, בפֿרט פֿון וואַרשע און לאָדזש. אייניקע האָבן באַשלאָסן צו בלײַבן דאָרטן אויך נאָכן דער מלחמה, ווען ס’איז שוין געווען אַ מעגלעכקייט זיך אומקערן אַהיים.

די אויסגעוואָרצלטע לײַט האָבן געשאַפֿן אַ סבֿיבֿה, אין וועלכער ס’איז געווען גרינגער צו רעקרוטירן מענטשן פֿאַר כּלערליי ראַדיקאַלע גרופּירונגען, אַרײַנגערעכנט די באָלשעוויסטישע פּאַרטיי. גלײַכצײַטיק, איז בעת דער מלחמה שטאַרקער געוואָרן די אָרגאַניזאַציאָנעלע סטרוקטור פֿונעם ייִדישן לעבן אין רוסלאַנד. אַן אַקטיווע טעטיקייט האָבן געפֿירט די פֿילאַנטראָפּישע אָרגאַניזאַציעס, און אַ סך אינטעקטואַלן האָבן דאָרטן געאַרבעט אין די דאָזיקע יאָרן. די באָלשעוויקעס האָבן שפּעטער געמוזט, נעבעך, האָרעווען זייער שווער, כּדי די דאָזיקע אָרגאַניזאַציעס צעשטערן.

ס’איז שוין ניט ווייניק אָנגעשריבן געוואָרן וועגן יענע צײַטן. אָבער קיין באמת אַרומכאַפּנדיקע פֿאָרשונג פֿון ייִדישער מיגראַציע מיט אַ יאָרהונדערט צוריק איז דערווײַל ניטאָ. און ס’איז ניטאָ קיין פֿאָרשונג, וואָס זאָל אַנאַליזירן די שפּורן פֿון דער מיגראַציע, וואָס זײַנען פֿאַרבליבן און אפֿשר פֿילן זיך ביזן הײַנטיקן טאָג אינעם ייִדישן לעבן.