ייִדן זענען אין פּוילן כּמעט נישטאָ. קיין שום פּוילישער פּאָליטיקער רעכנט זיך נישט מיט זייערע שטימען. נאָר וואָס זשע? רעדן וועגן די ייִדן איז געבליבן אַ וויכטיקע זאַך אין דער פּוילישער פּאָליטיק.
די דרײַ־שפּראַכיקע טעלעוויזיע (ענגליש, פֿראַנצויזיש און אַראַביש), „24 ניוז‟, וואָס טראַנסמיטירט דורך דער אינטערנעץ פֿונעם שיינעם יפֿו־פּאָרט לעבן תּל-אָבֿיבֿ, באַריכטעט וועגן דעם נײַעם פּוילישן פּרעזידענט בכלל, און וועגן זײַן אַרויסזאָגן זיך בנוגע דעם יעדוואַבנער פּאָגראָם בפֿרט. די גרויסע צײַטונג „מעריבֿ‟ טוט דאָס זעלבע. דעם 10 יולי 1941 האָבן די פּוילישע פּויערים אין יעדוואַבנע פֿאַרברענט זייערע ייִדישע שכנים — מענער פֿרויען און קינדער נאָכדעם, וואָס זיי האָבן זיי פֿאַרשפּאַרט אין אַ שפּײַכלער.
דער איצטיקער פּרעזידענט, קאָמאָראָווסקי, האָט געזאָגט בנוגע יעדוואַבנע, אַז הגם די פּאָליאַקן זענען געווען קרבנות פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, זענען זיי באַגאַנגען פֿאַרברעכנס אויך.
דער קומענדיקער פּרעזידענט, אַנדזשיי דודאַ, האָט באַשולדיקט קאָמאָראָווסקין בשעת דער טעלעוויזיע-דעבאַטע צווישן זיי, אַז ער, קאָמאָראָווסקי, האָט געשעדיקט מיט די דאָזיקע ווערטער דעם רענאָמע פֿון פּוילן אין דער וועלט.
קאָמאָראָווסקי, אַגבֿ, איז נישט געווען דער ערשטער פּוילישער פּרעזידענט, וואָס איז געווען גרייט מודה צו זײַן, אַז כאָטש די גרעסטע מערדער בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה זענען געווען די דײַטשן, זענען אַ סך פּאָליאַקן נישט געבליבן גאָט די נשמה שולדיק. קוואַשניעווסקי האָט בשעתו געזאָגט, אַז אין יעדוואַבנע זענען די פּוילישע בירגער (דאָס הייסט, די פּוילישע ייִדן), אומגעבראַכט געוואָרן פֿון אַנדערע פּוילישע בירגער. קוואַשניעווסקי האָט דעמאָלט אויך געזאָגט, אַז די גרויסקייט פֿון פּוילן ליגט אין דעם, וואָס זי פֿאַרלייקנט נישט איר טיילווײַז־פּײַנלעכן עבֿר.
איינע פֿון די ערשטע פֿראַגעס, וואָס ייִדן פֿון אַנדערע לענדער שטעלן אונדז, איז וויפֿל ייִדן זענען דאָ הײַנט אין פּוילן? ווי געזאָגט, קיין סך ייִדן זענען אין פּוילן נישטאָ. אָבער צווישן די וואַזשנע שישקעס, סײַ אין דער פּאָליטיק, סײַ אין דער וויסנשאַפֿט און קולטור, געפֿינט מען יאָ ייִדן.
אַלע קענען די ייִדישע פֿרוי פֿונעם פּוילישן אויסערן־מיניסטער שיקאָרסקי, די באַרימטע זשורנאַליסטין און שרײַבערין, אַן עפּעלבאַום. במילא, זענען זייערע צוויי זין, אויך ייִדן. דער איצטיקער פּרעזידענט קאָמאָראָווסקי אַליין האָט אַ ייִדישע פֿרוי. דאָס הייסט, אַז לויט איר איצטיקן גלויבן איז זי קאַטויליש, אָבער הלכיש איז זי פֿאָרט אַ ייִדישע טאָכטער, ווי אויך אירע קינדער. די משפּחה־מיטגלידער פֿונעם נײַעם פּרעזידענט, דודאַ, קענען ווערן ישׂראל־בירגער לויט דעם אַזוי גערופֿענעם חוק־השבֿות. אַנדזשיי דודאַס שווער, איז אַ ייִדישער פּראָפֿעסאָר און פּאָעט מיטן נאָמען יוליאַן קראָנהאַוזער. ער איז אַ מיטגליד פֿון דער אַקאַדעמיע פֿון דער פּוילישער שפּראַך, די העכסטע לינגוויסטישע אינסטאַנץ אין לאַנד.
דער רעדאַקטאָר פֿון דער גרויסער ליבעראַלער צײַטונג „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟, וואָס איז שטאָל און אײַזן קעגן דעם נײַעם פּרעזידענט, איז אויך אַ ייִד, וואָס האָט משנה־שם געווען פֿון ייִדיש אויף פּויליש — אָדם מיכניק. אַגבֿ, כּמעט קיינער דאָ ווייסט נישט, אַז אָדם איז אויך אַ הונדערט פּראָצענטיקער ייִדישער נאָמען. הייסט עס, אַז כאָטש די רעגיסטרירטע ייִדן זענען אין פּוילן אַן ערך דרײַ טויזנט, איז די צאָל פֿון די ייִדן, לויט אַלע סימנים, אַ סך גרעסער.
ווי מען לייגט דעם קראַנקן איז אים שלעכט. ווען די פּאָליאַקן וואַרפֿן אַרויס די ייִדן פֿון דער אַרבעט, ווי זיי האָבן עס געטאָן אין 1968, איז עס נישט גוט. ס’איז נאָך אַ באַווײַז, אַז זיי זענען שׂונאי־ישׂראל.
ווען די פּאָליאַקן שטיצן דעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער, איז אויך נישט גוט. פֿאַר וואָס? ווי עס האָט געשריבן ראָמאַן פֿריסטער, זאָל אים גרינג זײַן די ערד, איז דער ייִדישער טעאַטער נישט קיין אמתער ייִדישער טעאַטער. אַלע אַקטיאָרן זענען בלאָנדע גויים, וואָס טוען אָן שוואַרצע פּאַרוקן און חזרן איבער ייִדישע טעקסטן, וואָס זיי פֿאַרשטיין אין גאַנצן נישט. איז ראשית־כּל, דאָס רובֿ פּאָליאַקן זענען נישט בלאָנד, אַזוי אַרום, אַז אַ סך פֿון זיי קענען פֿאַרשפּאָרן דאָס קויפֿן שוואַרצע פּאַרוקן.
דאָס צווייטע איז, אַז דער אַקטיאָר חיים רײַפֿער איז נישט קיין גוי, גאָלדע טענצער איז אַ ייִדישע טאָכטער, און אַלינאַ שווידאָווסקאַ אויך. איר מאַמע איז געווען אַ דאָקטערשע אין דער וואַרשעווער געטאָ.
די פֿילם־רעזשיסאָרן פֿון דער גאַנצער וועלט זענען דווקא יאָ צופֿרידן, אַז מיר האָבן אַ ייִדישן טעאַטער אין פּוילן. פֿאַר וואָס? ווײַל זיי געפֿינען יאָ ייִדיש־רעדנדיקע אַקטיאָרן פֿאַר זייערע פֿילמען בײַ אונדז אין טעאַטער.
נעמט, למשל, דעם נײַעם אונגאַרישן חורבן-פֿילם „שאָולס זון‟. דער פֿילם האָט געהאַט אַ גרויסן דערפֿאָלג אינעם לעצטן פֿילם־פֿעסטיוואַל אין קאַן. דאָרט שפּילט אַ ייִדיש־רעדנדיקער אַקטיאָר פֿונעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער. אַ צווייטער נײַער פֿילם, וווּ עס שפּילן אַקטיאָרן פֿונעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער איז „פּערסאָנאַ נאָן גראַטאַ‟ — אַ פֿילם וועגן דעם יאַפּאַנישן קאָנסול אין ווילנע, טשיונע סוגיהאַראַ. סוגיהאַראַ האָט געראַטעוועט ייִדן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
אַקטיאָרן פֿונעם ייִדישן טעאַטער האָבן געשפּילט אויך אין די גרויסע אַמעריקאַנער פֿילמען ווי „דער פּיאַניסט‟ אָדער „שינדלערס ליסטע‟. קיין שטערן פֿעלן אין אַמעריקע נישט אויס. וואָס פֿעלט דווקא יאָ, זענען אַקטיאָרן פֿאַר די קלענערע ראָלן. פֿאַר וואָס? טאַקע ווײַל אין אַמעריקע איז שווער צו געפֿינען נאָרמאַלע אַקטיאָרן, וואָס האָבן פֿעסטע שׂכירות, און צוליב דעם קענען זיי בלײַבן בײַ דעם פֿאַך. דער וואַרשעווער ייִדישער טעאַטער איז דערפֿאַר ממש אַן אוצר פֿאַר כּל־המינים פֿילם־פּראָדוקציעס.
ווי זאָגט מען עס? גם זו לטובֿה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.