ייִדן זענען אין פּוילן כּמעט נישטאָ. קיין שום פּוילישער פּאָליטיקער רעכנט זיך נישט מיט זייערע שטימען. נאָר וואָס זשע? רעדן וועגן די ייִדן איז געבליבן אַ וויכטיקע זאַך אין דער פּוילישער פּאָליטיק.
די דרײַ־שפּראַכיקע טעלעוויזיע (ענגליש, פֿראַנצויזיש און אַראַביש), „24 ניוז‟, וואָס טראַנסמיטירט דורך דער אינטערנעץ פֿונעם שיינעם יפֿו־פּאָרט לעבן תּל-אָבֿיבֿ, באַריכטעט וועגן דעם נײַעם פּוילישן פּרעזידענט בכלל, און וועגן זײַן אַרויסזאָגן זיך בנוגע דעם יעדוואַבנער פּאָגראָם בפֿרט. די גרויסע צײַטונג „מעריבֿ‟ טוט דאָס זעלבע. דעם 10 יולי 1941 האָבן די פּוילישע פּויערים אין יעדוואַבנע פֿאַרברענט זייערע ייִדישע שכנים — מענער פֿרויען און קינדער נאָכדעם, וואָס זיי האָבן זיי פֿאַרשפּאַרט אין אַ שפּײַכלער.
דער איצטיקער פּרעזידענט, קאָמאָראָווסקי, האָט געזאָגט בנוגע יעדוואַבנע, אַז הגם די פּאָליאַקן זענען געווען קרבנות פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, זענען זיי באַגאַנגען פֿאַרברעכנס אויך.
דער קומענדיקער פּרעזידענט, אַנדזשיי דודאַ, האָט באַשולדיקט קאָמאָראָווסקין בשעת דער טעלעוויזיע-דעבאַטע צווישן זיי, אַז ער, קאָמאָראָווסקי, האָט געשעדיקט מיט די דאָזיקע ווערטער דעם רענאָמע פֿון פּוילן אין דער וועלט.
קאָמאָראָווסקי, אַגבֿ, איז נישט געווען דער ערשטער פּוילישער פּרעזידענט, וואָס איז געווען גרייט מודה צו זײַן, אַז כאָטש די גרעסטע מערדער בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה זענען געווען די דײַטשן, זענען אַ סך פּאָליאַקן נישט געבליבן גאָט די נשמה שולדיק. קוואַשניעווסקי האָט בשעתו געזאָגט, אַז אין יעדוואַבנע זענען די פּוילישע בירגער (דאָס הייסט, די פּוילישע ייִדן), אומגעבראַכט געוואָרן פֿון אַנדערע פּוילישע בירגער. קוואַשניעווסקי האָט דעמאָלט אויך געזאָגט, אַז די גרויסקייט פֿון פּוילן ליגט אין דעם, וואָס זי פֿאַרלייקנט נישט איר טיילווײַז־פּײַנלעכן עבֿר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.