ניו־יאָרק. — לאָמיר זיך נישט נאַרן: די באַוועגונג צו בויקאָטירן און סאַנקציאָנירן ישׂראל, באַקאַנט ווי BDS, האָט בייזע כּוונות און ווירקט נעגאַטיוו אויף ייִדישע סטודענטן אין געוויסע קאָלעדזש־קאַמפּוסן און אויף דער ייִדישער קהילה בכלל.
די באַוועגונג שטאַמט פֿון דער גוט־אָרגאַניזירטער, גוט־פֿינאַנצירטער טעטיקייט פֿון אַנטי־ישׂראלדיקע אַקטיוויסטן, וואָס זענען קעגן דער גרונט־השׂגה פֿון אַ ייִדישער מדינה. זיי האָבן פֿאַרהוילט זייער קאַמפּאַניע און אַקציעס אין די אימאַזשן פֿון מענטשנרעכט־קאַמף, און באַטראַכטן אויסצוניצן ווי אַ מוסטער די קאַמפּאַניע צו איזאָלירן דעם אַפּאַרטהײַד־רעזשים פֿון דרום־אַפֿריקע אין די 1980ער יאָרן.
צום גליק, איז די באַוועגונג דערווײַל נישט מצליח געווען, ווײַל ס׳רובֿ אַמעריקאַנער דערקענען גלײַך די אַבסודרע אַנאַלאָגיע צווישן דער ישׂראלדיקער דעמאָקראַטיע און דער דרום־אַפֿריקאַנער סיסטעם פֿון אָפּזינדערן און שטאַרק באַעוולען די שוואַרצע.
פֿון דעסטוועגן, האַלט BDS אין איין צוציִען שטיצע צו די קאָלעדזש־קאַמפּוסן איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין 29 פֿון זיי האָבן די סטודענטן־אָרגאַניזאַציעס שוין דורכגעפֿירט אַן אָפּשטימונג, צו באַשליסן, צי זיי וועלן שטיצן BDS.
דאָס האָט זייער אַ נעגאַטיוון עפֿעקט אויף די ייִדישע סטודענטן, וואָס האָבן מסתּמא זיך אין גאַנצן נישט געריכט, אַז זיי וועלן דאַרפֿן במשך פֿון זייערע פֿיר יאָר אין קאָלעדזש אויסהערן אַ שאַרפֿע אַנטי־ישׂראלדיקע פּראָפּאַגאַנדע, אָדער מוזן פֿאַרטיידיקן די איינציקע ייִדישע מדינה אויף דער וועלט — אָדער ייִדישקייט בכלל.
אַ צאָל ייִדישע אָרגאַניזאַציעס פֿירן הײַנט דורך וואַרשטאַטן צו העלפֿן פּסיכאָלאָגיש צוגרייטן סטודענטן ווי צו ענטפֿערן אויף די אַנטי־ישׂראלדיקע קאַמפּאַניעס; אָרגאַניזירן פּאָזיטיווע פּראָגראַמען וועגן ישׂראל, און מוטיקן די ייִדישע סטודענטן צו שאַפֿן אַליאַנצן מיט אַנדערע מינאָריטעט־גרופּעס אויפֿן קאַמפּוס. זיי האָבן אויך גערופֿן די אַדמיניסטראַטיווע פֿירער פֿון אוניווערסיטעטן צו דערקלערן עפֿנטלעך — ווי דער האַרוואַרד־פּרעזידענט לאָרענס סאָמערס האָט געטאָן אין 2002 — אַז אַ BDS־פּראָגראַם, וואָס פֿאַרדאַמט ישׂראל איז מאָראַליש נישט־באַרעכטיקט און טאָר נישט ווערן אַן אָפֿיציעלע פּאָליטיק אויפֿן קאַמפּוס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.