ווי באַקעמפֿט מען דעם ישׂראל־בויקאָט?

How Can We Fight BDS?


פֿון אייבראַהאַם פֿאַקסמאַן (ייִט״אַ)

Published June 03, 2015, issue of June 26, 2015.

ניו־יאָרק. — לאָמיר זיך נישט נאַרן: די באַוועגונג צו בויקאָטירן און סאַנקציאָנירן ישׂראל, באַקאַנט ווי BDS, האָט בייזע כּוונות און ווירקט נעגאַטיוו אויף ייִדישע סטודענטן אין געוויסע קאָלעדזש־קאַמפּוסן און אויף דער ייִדישער קהילה בכלל.

די באַוועגונג שטאַמט פֿון דער גוט־אָרגאַניזירטער, גוט־פֿינאַנצירטער טעטיקייט פֿון אַנטי־ישׂראלדיקע אַקטיוויסטן, וואָס זענען קעגן דער גרונט־השׂגה פֿון אַ ייִדישער מדינה. זיי האָבן פֿאַרהוילט זייער קאַמפּאַניע און אַקציעס אין די אימאַזשן פֿון מענטשנרעכט־קאַמף, און באַטראַכטן אויסצוניצן ווי אַ מוסטער די קאַמפּאַניע צו איזאָלירן דעם אַפּאַרטהײַד־רעזשים פֿון דרום־אַפֿריקע אין די 1980ער יאָרן.

צום גליק, איז די באַוועגונג דערווײַל נישט מצליח געווען, ווײַל ס׳רובֿ אַמעריקאַנער דערקענען גלײַך די אַבסודרע אַנאַלאָגיע צווישן דער ישׂראלדיקער דעמאָקראַטיע און דער דרום־אַפֿריקאַנער סיסטעם פֿון אָפּזינדערן און שטאַרק באַעוולען די שוואַרצע.

פֿון דעסטוועגן, האַלט BDS אין איין צוציִען שטיצע צו די קאָלעדזש־קאַמפּוסן איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין 29 פֿון זיי האָבן די סטודענטן־אָרגאַניזאַציעס שוין דורכגעפֿירט אַן אָפּשטימונג, צו באַשליסן, צי זיי וועלן שטיצן BDS.

דאָס האָט זייער אַ נעגאַטיוון עפֿעקט אויף די ייִדישע סטודענטן, וואָס האָבן מסתּמא זיך אין גאַנצן נישט געריכט, אַז זיי וועלן דאַרפֿן במשך פֿון זייערע פֿיר יאָר אין קאָלעדזש אויסהערן אַ שאַרפֿע אַנטי־ישׂראלדיקע פּראָפּאַגאַנדע, אָדער מוזן פֿאַרטיידיקן די איינציקע ייִדישע מדינה אויף דער וועלט — אָדער ייִדישקייט בכלל.

אַ צאָל ייִדישע אָרגאַניזאַציעס פֿירן הײַנט דורך וואַרשטאַטן צו העלפֿן פּסיכאָלאָגיש צוגרייטן סטודענטן ווי צו ענטפֿערן אויף די אַנטי־ישׂראלדיקע קאַמפּאַניעס; אָרגאַניזירן פּאָזיטיווע פּראָגראַמען וועגן ישׂראל, און מוטיקן די ייִדישע סטודענטן צו שאַפֿן אַליאַנצן מיט אַנדערע מינאָריטעט־גרופּעס אויפֿן קאַמפּוס. זיי האָבן אויך גערופֿן די אַדמיניסטראַטיווע פֿירער פֿון אוניווערסיטעטן צו דערקלערן עפֿנטלעך — ווי דער האַרוואַרד־פּרעזידענט לאָרענס סאָמערס האָט געטאָן אין 2002 — אַז אַ BDS־פּראָגראַם, וואָס פֿאַרדאַמט ישׂראל איז מאָראַליש נישט־באַרעכטיקט און טאָר נישט ווערן אַן אָפֿיציעלע פּאָליטיק אויפֿן קאַמפּוס.

איצט איז געקומען אַ נײַער אײַנפֿאַל, וואָס געוויסע מענטשן האַלטן פֿאַר אַ כּישוף־שטעקעלע: די שטאַטן און די פֿעדעראַלע רעגיורנג זאָלן באַצייכענען דאָס בויקאָטירן אָדער סאַנקציאָנירן ישׂראל פֿאַר אומלעגאַל. אַזאַ שריט וואָלט אָבער נישט געטויגט, ווײַל די שטיצער פֿון BDS וועלן דערנאָך קענען טענהן אין געריכט, אַז אַזאַ געזעץ איז עובֿר אויף זייער וואָרט־פֿרײַהייט, און וועלן מסתּמא געווינען. אַ באַשלוס מצד אַ פּריוואַטער גרופּע צו בויקאָטירן ישׂראל, ווי מיאוס עס זאָל נישט זײַן, ווערט פֿאָרט באַשיצט פֿון אונדזער קאָנסטיטוציע. אין אייראָפּע, וווּ עס עקזיסטירן געזעצן קעגן שׂינאה־רייד, וואָלט מען אַזאַ געזעץ געקאָנט אײַנפֿירן, אָבער נישט דאָ אין אַמעריקע.

וואָס זשע קענען מיר יאָ טאָן? סטודענטן, ייִדישע כּלל־טוער, אָרטיקע רעגירונג־באַאַמטע און געשעפֿט־פֿירער דאַרפֿן אָנקניפּן פֿאָרמעלע באַציִונגען מיט ייִדישע געשעפֿטן און אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס. צענדליקער קאָלעדזשן פֿירן שוין דורך בשותּפֿותדיקע פֿאָרש־ און אַקאַדעמישע פּראָגראַמען מיט ישׂראלדיקע אוניווערסיטעטן. אונדזער ציל דאַרף זײַן, אַז אַלע 50 שטאַטן זאָלן זיך באַטייליקן אין דעם.

דערצו דאַרפֿן מיר מוטיקן און לויבן יענע אוניווערסיטעטן און אינסטיטוציעס, וואָס האָבן זיך שוין אַנטקעגנגעשטעלט דעם בויקאָט און אינוועסטירן אין פּראָגראַמען, וואָס ברענגען ישׂראלדיקע אַקאַדעמיקער קיין אַמעריקע מיטצואַרבעטן מיט זייער פֿאַקולטעט. מע וואָלט אויך געמעגט ברענגען מער ישׂראלדיקע קינסטלער און מוזיקער אין די אַמעריקאַנער קאַמפּוסן, כּדי די ייִדישע און נישט־ייִדישע סטודענטן זאָלן הנאה האָבן פֿון דער ישׂראלדיקער שאַפֿערישקייט. די אָרגאַניזאַציעס ווי דער „ישׂראלדיקער־אַמעריקאַנער ראַט‟ טוען עס שוין.

בשעת מיר באַקעמפֿן אין איינעם די אַנטי־ישׂראלדיקע כּוחות אויפֿן קאַמפּוס, דאַרפֿן מיר תּמיד געדענקען וויפֿל גוטס האָבן מיר, ייִדן, אויפֿגעטאָן אין אַמעריקע, און וויפֿל מיר קענען נאָך אַלץ אויפֿטאָן.