די וואָך איז אַן אומדערוואַרטע ידיעה געקומען פֿון יעקאַטערינבורג, אוראַל. דאָרטן האָט אַ גרופּע פֿון דער פּראָקוראַטור זיך אַרײַנגעשטעלט אין דער ייִדישער שול „אור־אבֿנר‟. די פּראָקוראָרן האָבן קאָנפֿיסקירט פֿון דער שול אַלע ביכער, פֿאַרבונדן מיט ייִדישקייט, און קודם־כּל, דעם תּנ״ך, צוליב דעם חשד פֿון עקסטרעמיזם. די אַקציע זעט אויס כּמעט אַבסורדיש, ווײַל דער תּנ״ך, איבערגעזעצט אין רוסיש, רעכנט זיך פֿאַר איינעם פֿון די סאַקראַלע טעקסטן אויך פֿאַרן קריסטנטום, וואָס ווערט אַלץ מער די מלוכישע רעליגיע אין רוסלאַנד.
די אָפֿיציעלע עקספּערטן פֿאַר רעליגיעס און עקסטרעמיזם טענהן אָבער בפֿירוש, אַז די טעקסטן פֿון די גרעסטע רעליגיעס מוזן זײַן באַפֿרײַט פֿון וועלכער ניט איז קאָנטראָל, ווײַל אַזאַ קאָנטראָל קען באַליידיקן די געפֿילן פֿון די גלייביקע; און דאָס ווערט באַטראַכט ווי זייער אַן ערנצטע עבֿירה אין פּוטינס רוסלאַנד.
איינע פֿון די ווערסיעס וואָס דערקלערן די „אָבלאַווע‟ אין יעקאַטערינבורג, באַשטייט אין דעם, אַז די אינספּעקציע איז אַ רעזולטאַט פֿון אַ סיכסוך צווישן דער ייִדישער שול און דעם מוניציפּאַליטעט פֿון דער שטאָט. די מוניציפּאַליטעט טענהט, אַז די שול איז אים שולדיק 40 מיליאָן רובל פֿאַרן דינגען דעם בנין, און די שול זאָגט זיך אָפּ צו צאָלן.
אינעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי איז געוויזן געוואָרן דער פֿילם „שׂונאים. געשיכטע פֿון אַ ליבע‟, אויפֿן סמך פֿון באַשעוויסעס ראָמען; אַן אַמעריקאַנער פֿילם פֿון 1989 מיט ראָן סילווער אין דער הויפּט־ראָלע. דער ראָמאַן איז מיט אַ יאָר דרײַ צוריק געוואָרן אַ טייל פֿונעם קולטור־לעבן אין מאָסקווע. אין 2011 איז אין מאָסקווער טעאַטער „סאָוורעמעניק‟ אויפֿגעפֿירט געוואָרן אַ ספּעקטאַקל לויט דעם ראָמאַן (דער רעזשיסאָר — יעווגעני אַריע, דער סצענאַריסט — רועי חן), און אין האַרבסט 2012 איז אַרויס די רוסישע איבערזעצונג פֿונעם ראָמאַן (געמאַכט פֿון וואַלענטינאַ פֿעדטשענקאָ פֿון דער ייִדישער ווערסיע, פֿאַרעפֿנטלעכט אין „פֿאָרווערטס‟). אין דער פֿילם־ווײַזונג האָבן אָנטיילגענומען ברוך גאָרין, דער הויפּט פֿונעם פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ און אַ קענער פֿון ייִדישער ליטעראַטור, און דער קינאָ־קריטיקער וואַסילי קאָרעצקי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.