„וואָס מאַכט איר?“ — „נישקשה. וואָס מאַכט עץ?“

Yiddish has more words for "you" than you might think

Yehuda Blum

פֿון הערשל גלעזער

Published June 04, 2015, issue of June 26, 2015.

די פֿון אונדז, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן אויף ענגליש, זענען געוווינט צו מעסטן אַלע אַנדערע שפּראַכן לויט ענגלישע מאָסן. פֿאַרשטייען מיר נישט, פֿאַר וואָס, אַ שטייגער, אַנדערע לשונות האָבן עטלעכע עקוויוואַלענטן פֿון you, בשעת אויף ענגליש איז דאָ נאָר ס׳איינע וואָרט. אפֿשר זענען אָבער גאָר די אַנדערע גערעכט?

חוץ ענגליש, מוז יעדעס לשון, אַ פּנים, האָבן מינימום צוויי ווערטער — איינס פֿאַר אַ יחיד, ס׳צווייטע פֿאַר אַ רבים. ס׳איז קלאָר, אַז ס׳ענגליש־שפּראַכיקע פֿאָלק האַלט, אַז עפּעס פֿעלט, ווײַל אין געוויסע ענגלישע דיאַלעקטן זענען יאָ אויפֿגעקומען רבים־פֿאָרמעס: אין דרומדיקן ראַיאָן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן זאָגט מען דאָך y’all, אין טייל שטעט זאָגן מען yous און אין די לעצטע יאָרן האָט זיך אויך היפּשלעך אָנגענומען you guys, מיט אַ פּאָסעסיוו you guys’s (ווען איך דערהער עס נאָר, ווערט מיר פֿון די שורות נישט גוט בײַם האַרצן…). ווען כאָטש איינס פֿון זיי זאָל זיך אָננעמען אויך אינעם ליטעראַרישן ענגליש, וואָלט עס אַוודאי געווען אַ געווינס.

מאַמע־לשון, האָט, פֿאַרשטייט זיך, סײַ „דו“, סײַ „איר“, פּאַראַלעל צום כּמעט אונטערגעגאַנגענעם ענגלישן thou און ye. מיט „איר“ ווענדט מען זיך סײַ צון אַ רבים, סײַ צון אַ יחיד, וואָס מע וויל אים אַרויסווײַזן דרך־ארץ. האָט איר זיך אַ מאָל געפֿרעגט פֿאַר וואָס? איז אַזוי:

בײַ אַ סך פֿעלקער, אויב נישט בײַ אַלע, איז אָנגענומען, אַז אַן אופֿן אַרויסווײַזן דרך־ארץ איז רעדן אומדירעקט. אַ סאָציאַל העכערן פֿון זיך טאָר מען נישט קוקן, צי רעדן, גלײַך אין די אויגן אַרײַן. קען מען אֵזאַ מין מענטש אָדער מאַכן פֿאַר אַ רבים אָדער פֿאַר אַ דריטן פּערזאָן, ד״ה, זיך ווענדן צון אים ווי ער וואָלט נישט געווען דערבײַ.

ייִדיש, אַזוי ווי פֿראַנצייזיש, רוסיש, טשעכיש א״אַ שפּראַכן, האָט אויסגעקליבן די ערשטע ברירה: מע ווײַזט אַרויס דרך־ארץ דורך מאַכן פֿון איין מענטש אַ רבים — מע אירצט אים. דערמיט קריגט ער, אַ פּנים, מער וואָג, ווײַל ער איז מער נישט סתּם אַ יחיד. און וואָס דען מיינט די ענגלישע מלכּה, ווען זי רעדט וועגן זיך מיט we אַנשטאָט I?

אַנדערע לשונות — דײַטש, פּויליש, שפּאַניש, איטאַליעניש, אונגעריש אאַז״וו — רעדן וועגן אַ העכערן ווי ער וואָלט נישט געווען דערבײַ: מע רופֿט אים עפּעס וואָס איז אין תּוך אַרײַן „ער“, אַ שטייגער, פּויליש Pan ’האַר‘, מיטן זעלביקן ווערב וואָס מיט „ער“. אויף דײַטש גייט מען נאָך ווײַטער: דאָרטן זאָגט מען Sie, טײַטש ’זיי‘ — סײַ רבים, סײַ דריטע פּערזאָן. (אויף דײַטש איז sie דאָך אויך טײַטש ’זי‘. ווי אַזוי מע פּלאָנטערט נישט אַלע טײַטשן פֿון דעם איינעם וואָרט ווייס איך נישט…)

וואַרט, איר זענט נאָך נישט פֿאַרטיק. חוץ „איר“ האָט ייִדיש אויך „עץ“, וואָס דאָס איז אַ מאָל געווען טײַטש דווקא ’איר צוויי‘. הײַנט איז עס, אָבער, טײַטש סתּם ’איר‘ אין גרויסע טיילן פֿונעם פּוילישן ייִדיש. די וואָס זאָגן „עץ“ פֿאַר ‘איר’ זאָגן, אַגבֿ, „ענק“ פֿאַר ‘אײַך’.

פֿאַראַן, אַ פּנים, אויך געגנטן, וווּ מע זאָגט סײַ „איר“, סײַ „עץ“, כאָטש ווי פֿאַרשפּרייט ס׳איז ווייס איך נישט. אָט הערט מען פֿון דזשיגאַן און שומאַכער זייער אַן אויסגעהאַלטענעם באַניץ: „עץ“ זאָגט מען אַ רבים, בשעת „איר“ זאָגט מען איין מענטש וואָס מע וויל אים אַרויסווײַזן דרך־ארץ; פֿאַרשטייט זיך, אַז ס׳רובֿ ייִדיש־רעדערס ניצן „איר“ פֿאַר ביידע.

חוץ דעם איז דאָ נאָך אַ מעגלעכקייט: „זיי“. ס׳איז נישט איין מאָל אויסגעקומען צו הערן, דער הויפּט פֿון פּוילישע ייִדן, „זי“ אָדער „זיי“, ווי אויף דײַטש, אַנשטאָט „איר“, ווען מע ווענדט זיך צון אַ יחיד. און אַז דרײַ מענטשן געפֿינען זיך צוזאַמען, און צוויי ווילן עפּעס זאָגן וועגן דעם דריטן בשעת ער שטייט דערבײַ, איז זייער נישט איידל צו זאָגן, „ער“ אָדער „זי“ ; מע זאָגט „זיי“. אָט שרײַבט שלום־עליכם אין „כּתרילעווקער רעסטאָראַנען“: ווען דער פֿרעמדער נאַראַטאָר זאָגט דעם באַלעבאָס פֿונעם רעסטאָראַן, אַז ער וויל עפּעס עסן, רופֿט יענער צו זײַן ווײַב און זאָגט איר אָן, „זיי ווילן עפּעס עסן“. הייסט עס, אַז ווײַל דער ייִד שטייט דערבײַ מוז מען אים אַרויסווײַזן דרך־ארץ דורך רעדן וועגן נישט בלויז ווי ער וואָלט נישט געווען דערבײַ, נאָר ווי ער וואָלט געווען עטלעכע מענטשן וואָס זענען נישטאָ דערבײַ…

פֿאַרקערט, אויב מע וויל יאָ אַרויסווײַזן אומדרך־ארץ, רופֿט מען אַ צווייטן „ער“. פֿון דזשיגאַן און שומאַכער, „אַ היילונג פֿאַר די נערוון“, וווּ דזשיגאַן, אַ דענערווירטער, ענטפֿערט שומאַכערן: „איך ווייס, אַז כ׳קען אים נישט, זאָגט ער [= שומאַכער], אַז כ׳קען אים יאָ!“

אַחרון אַחרון חבֿיבֿ: ווער האָט מערסטע ווערטער פֿאַר you? לשון־קודש האָט פֿיר: „אַתּה“ פֿאַר אַ זכר אַ יחיד, „אַתּ“ פֿאַר אַ נקבֿה אַ יחיד, „אַתּם“ פֿאַר זכרים, „אַתּן“ פֿאַר נקבֿות. אויך אונגעריש האָט פֿיר: te, ti, Ön, Maga. (אַגבֿ, צו די פֿיר ווערטער פֿאַר ’דו‘ און ’איר‘ האָט אונגעריש בלויז איין וואָרט פֿאַר ’ער‘ און ’זי‘: ő.) אָבער דעם רעקאָרד האַלט, דאַכט זיך, אַראַביש: זעקס ווערטער פֿאַר you, וואָרן חוץ די עקוויוואַלענטן פֿון די פֿיר לשון־קודשדיקע, זענען אויך דאָ צוויי ווערטער פֿאַר ’איר צוויי‘ — איינס פֿאַר צוויי זכרים, ס’אַנדערע פֿאַר צוויי נקבֿות.