די פֿון אונדז, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן אויף ענגליש, זענען געוווינט צו מעסטן אַלע אַנדערע שפּראַכן לויט ענגלישע מאָסן. פֿאַרשטייען מיר נישט, פֿאַר וואָס, אַ שטייגער, אַנדערע לשונות האָבן עטלעכע עקוויוואַלענטן פֿון you, בשעת אויף ענגליש איז דאָ נאָר ס׳איינע וואָרט. אפֿשר זענען אָבער גאָר די אַנדערע גערעכט?
חוץ ענגליש, מוז יעדעס לשון, אַ פּנים, האָבן מינימום צוויי ווערטער — איינס פֿאַר אַ יחיד, ס׳צווייטע פֿאַר אַ רבים. ס׳איז קלאָר, אַז ס׳ענגליש־שפּראַכיקע פֿאָלק האַלט, אַז עפּעס פֿעלט, ווײַל אין געוויסע ענגלישע דיאַלעקטן זענען יאָ אויפֿגעקומען רבים־פֿאָרמעס: אין דרומדיקן ראַיאָן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן זאָגט מען דאָך y’all, אין טייל שטעט זאָגן מען yous און אין די לעצטע יאָרן האָט זיך אויך היפּשלעך אָנגענומען you guys, מיט אַ פּאָסעסיוו you guys’s (ווען איך דערהער עס נאָר, ווערט מיר פֿון די שורות נישט גוט בײַם האַרצן…). ווען כאָטש איינס פֿון זיי זאָל זיך אָננעמען אויך אינעם ליטעראַרישן ענגליש, וואָלט עס אַוודאי געווען אַ געווינס.
מאַמע־לשון, האָט, פֿאַרשטייט זיך, סײַ „דו“, סײַ „איר“, פּאַראַלעל צום כּמעט אונטערגעגאַנגענעם ענגלישן thou און ye. מיט „איר“ ווענדט מען זיך סײַ צון אַ רבים, סײַ צון אַ יחיד, וואָס מע וויל אים אַרויסווײַזן דרך־ארץ. האָט איר זיך אַ מאָל געפֿרעגט פֿאַר וואָס? איז אַזוי:
בײַ אַ סך פֿעלקער, אויב נישט בײַ אַלע, איז אָנגענומען, אַז אַן אופֿן אַרויסווײַזן דרך־ארץ איז רעדן אומדירעקט. אַ סאָציאַל העכערן פֿון זיך טאָר מען נישט קוקן, צי רעדן, גלײַך אין די אויגן אַרײַן. קען מען אֵזאַ מין מענטש אָדער מאַכן פֿאַר אַ רבים אָדער פֿאַר אַ דריטן פּערזאָן, ד״ה, זיך ווענדן צון אים ווי ער וואָלט נישט געווען דערבײַ.
ייִדיש, אַזוי ווי פֿראַנצייזיש, רוסיש, טשעכיש א״אַ שפּראַכן, האָט אויסגעקליבן די ערשטע ברירה: מע ווײַזט אַרויס דרך־ארץ דורך מאַכן פֿון איין מענטש אַ רבים — מע אירצט אים. דערמיט קריגט ער, אַ פּנים, מער וואָג, ווײַל ער איז מער נישט סתּם אַ יחיד. און וואָס דען מיינט די ענגלישע מלכּה, ווען זי רעדט וועגן זיך מיט we אַנשטאָט I?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.