אַוודאי, בין איך אַבֿרהם אָבֿינוס אַן אייניקל, און נאָך וואָס פֿאַר אַן אייניקל. די ייִדישע אותיות קען איך, די תּורה לייענען קען איך, ביידע ייִדישע לשונות רעד איך, נישט אַלע ייִדישע יום-טובֿים פֿײַער איך, די ייִדישע פֿראַגע עקבערט מיך, איבער דער ייִדישער מדינה ציטער איך, ווי מ’ציטערט איבער אַן עופֿעלע, ייִדיש האָב איך געקנאָטן אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט מיט מײַנע תּלמידים אַרום 25 יאָר צײַט; איך האָב זיי געקאָרמעט מיט ייִדיש וויסן, מיט ייִדישער געשיכטע, ייִדישער קולטור, ייִדישער ליטעראַטור, ייִדישער מוזיק, קונסט, טראַדיציע, מינהגים און ריטואַלן.
יעדן פֿרײַטיק פֿלעגט די חבֿרה אַרײַנברענגען אין קלאַס אַ הייסן טשאָלנט און חלה, יעדן חנוכּה האָט מען געפּרעגלט לאַטקעס אין איינעם פֿון די סטודענטיש אַסיגנירטע דירות, פֿאַרבעטן די עלטערן, באָבע־זיידעס און מומעס אין קלאַס מיטצולערנען. איז ווי זאָגט איר, דאַרף איך זיך אָנטאָן אַ שײטל, צי אַ לאַנגע יופּע, אָנשטעלן אַ יראת־שמים־פּנימל, בכדי אָנגענומען און אָנערקענט צו ווערן ווי אַ טייל פֿון שומרי־יהדות?
אָדער אויף צו באַווײַזן הײַנט, אַז מען איז אַ ייִד, דאַרף מען זיך אָנטאָן אַ שטרײַמל, לייגן תּפֿילין, טראָגן ציצית, פֿאַרדעקן די האָר, קליידן זיך אין טונקעלן געוואַנטל אויף צו זײַן אַ סאַמאָראָדנער ייִד אָדער ייִדענע?
דער ייִד מיטן ייִדישן מלבוש קען אַמאָל זײַן אַ פּאָלנער עם־הארץ, און אַ רשע דערצו, פּונקט ווי זײַן מיטברודער דער אַמעריקאַנער יענקי־דודל דענדי, וואָס האָט נישט קיין אַנונג פֿון וואַנען די פֿיס וואַקסן, ווען עס קומט צו ייִדישקייט; ציט זיך די מחיצה צווישן אונדז ווי דער ייִדישער גלות. לאָמיך אײַך מודיע זײַן, אַז ביידע מחנות האָדעווען הײַנט די שאינו־יודע־לשאולס.
זיכער דאַרף מען דאָ מאַכן אַ ויצעקו, ווען עס קומט צו די נאָך מיטיקדיקע אָדער זונטיקדיקע „היברו סקולס‟. דאָס זײַנען נישט מער ווי סטראַשידלעס. די קינדער מאַטערן זיך מיט דער הפֿטורה, סײַ ייִנגלעך סײַ מיידלעך, ווילן שוין איבערקומען די בר־מיצווה מיט דער בת־מיצווה, און חלשן אָנצוקוקן די מתּנות און דערוויסן זיך, וויפֿל געלט זיי האָבן אײַנגענומען.
און צו דער זעלביקער צײַט וואַקסן אָפּגעהיטענע ייִדישע דורות, מיט וועלכע מ’קנעלט די קליינע אותיותלעך; אפֿשר איינזײַטיק, אָבער פֿאָרט באמונה־שלימה.
מאַכט זיך, אַז איך בין אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ „היברו אינסטיטוט‟, אַ טאָג־שול אַזאַ, אַ טײַער בײַטשל, וואָס שמט מיט איר מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער דערציִונג, וווּ די פֿופֿצן־זעכצן־יעריקע מיידלעך, נישט די ייִנגלעך, האָבן זיך אונטערגענומען צו שטעלן אַ פּיעסע, אויף ענגליש, פֿאַרשטייט זיך, וועגן דעם „האָלאָקאָסט‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.