די צװײטע װעלט־מלחמה און אירע געשיכטעס

World War II and Its Histories


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published June 07, 2015, issue of June 26, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די דאָזיקע קאָנצעפּציע איז בײגעװדיק און באַקװעם, װײַל זי דערמעגלעכט צו באַפֿרײַען דאָס אײגענע פֿאָלק פֿון װאָסער ניט איז אַחריות פֿאַר די פֿאַרברעכנס, װאָס די לעטישע, ליטװישע און עסטישע מיטהעלפֿער פֿון די נאַציסטן האָבן דורכגעפֿירט קעגן ייִדן און אַנדערע תּושבֿים פֿון אָקופּירטע שטחים. אױף אַזאַ אופֿן װערן ייִדן פּשוט אױסגעמעקט פֿון דער נײַער נאַציאָנאַלער געשיכטע. מען דערמאָנט אינעם חורבן, אָבער דערבײַ בלײַבן די אומגעבראַכטע ייִדן ניט מער װי אַן אַבסטראַקטע סימבאָלישע פֿיגור פֿון אַ קרבן, װאָס עפֿנט אַ מעגלעכקײט פֿאָרצושטעלן דאָס אײגענע פֿאָלק אױך װי אַ קרבן לױטן אײגענעם שטײגער.

אין דער געשיכטע פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה זײַנען די ייִדן געװאָרן אַ מוסטער־קרבן, װאָס האָט כּמעט ניט קײן אײגענעם מהות. לױט דעם דאָזיקן שניט קאָנען איצט אַנדערע פֿעלקער און גרופּעס שרײַבן זײערע אײגענע געשיכטעס פֿון לײַדן און רדיפֿות. אַװדאי, זײַנען ייִדן ניט געװען די אײנציקע קרבנות פֿון דער מלחמה, און מען דאַרף געדענקען אַנדערע פֿעלקער אױך; אָבער יעדע געשיכטע האָט אַן אײגן פּנים, און די חילוקים זײַנען ניט װײניקער װיכטיק אײדער דאָס, װאָס זײ האָבן בשותּפֿות.

אײניקע היסטאָריקער, בפֿרט אין אַמעריקע, האָבן אַ נטיה צו אוניװערסאַליזירן דעם ייִדישן חורבן, און אַזױ אַרום פֿאַרשװײַגן דעם אײגנטימלעכן ייִדישן מהות פֿון די אומגעקומענע. און דאָס שאַפֿט אַ מעגלעכקײט צו פֿאַרברײטערן דעם דאָזיקן „מעטאָד‟ אױף כּלערלײ אַנדערע גרופּעס, אַפֿילו יענע, װאָס זײַנען דירעקט שולדיק אינעם ייִדישן חורבן!

די ייִדישע שפּראַך און קולטור פֿאַרבלײַבן עד־היום אױפֿן ראַנד פֿונעם פֿעלד פֿון „חורבן־שטודיעס‟; אָבער אין תּוך גענומען איז דװקא ייִדיש די אײנציקע אָריגינעלע אײראָפּעיִשע ירושה פֿון ייִדן, זײער אײנציקער זעלבשטענדיקער בײַטראָג אין דער אײראָפּעיִשער קולטור. די ייִדן זײַנען בפֿירוש געװען טעטיק און שעפֿעריש אין אַנדערע שפּראַכן אױך, און בהדרגה זײַנען זײערע שעפֿערישע דערגרײכונגען אָנערקענט און אַרײַגענומען געװאָרן אין די געהעריקע קולטורעלע טראַדיציעס… און ייִדיש איז פֿאַרבליבן, נעבעך, אַ יתום, אָן אַ טאַטען און אָן אַ מאַמען.

דווקא אין דער איצטיקער צײַט, װען אײראָפּע דערווײַטערט זיך אַלץ מער פֿון ייִדן, און דער „נאַציאָנאַלער זיכּרון‟ װערט אַ יסוד פֿון נײַע מלוכישע אידעאָלאָגיעס אין מיזרח־אײראָפּעיִשע לענדער, דאַרפֿן זיך די ייִדישע אַקטיװיסטן און אַקאַדעמיקער צוכאַפּן צו ייִדיש װי צו אַן אוצר פֿון ייִדישער קולטורעלער אײגנאַרטיקײט. דערװײַל אָבער קומט עס ניט פֿאָר. דער „האָלאָקאָסט־מוזײ‟ אין װאַשינגטאָן און „יד־ושם‟ אין ירושלים פֿירן װײַטער זײער בוכהאַלטערישן חשבון פֿון ייִדישע קרבנות, ייִדישע פּאָליטיקער שרײַען חי־וקים װעגן דעם װוּקס פֿונעם אַנטיסעמיטיזם אין אײראָפּע, די ייִדישע מנדבֿים װילן שטיצן נאָר ישׂראל־פֿאָרשונגען, און ייִדיש בלײַבט אַ נאָסטאַלגישע „מאַמע־לאָקשן‟.