(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דער הומאָריסט יוסף טונקעל (1881-1949), האָט באַזוכט פּאַלעסטינע אין 1931, און אָנגעשריבן דאָס רײַזע־בוך „פֿאָרט אַ ייִד קיין ארץ־ישׂראל‟. דאָרט שרײַבט ער: „איך בין נישט געווען פֿון די, וואָס אַז זיי קומען קיין ארץ־ישׂראל, כאַפּן זיי זיך גלײַך אַרײַן קיין ירושלים. איך האָב ליב דעם בעסערן ביסן צו האַלטן אויף שפּעטער… צימעס עסט מען צום סוף. איך בין נישט געלאָפֿן תּיכּף קיין ירושלים. דאָס באַוווּסטזײַן, אַז אין איין שעה רײַזע קאָן איך זײַן אין אָט דער אייביקער שטאָט, נאָר איך וויל נישט, האָט מיר שטאַרק הנאה געטאָן.‟
פֿון הערש דוד נאָמבערגס רײַזע־בוך „ארץ־ישׂראל‟ (1925) דריקט זיך אויס זײַן פּאָליטישע אָנגעהעריקייט צו דער פֿאָלקיסטישער פּאַרטיי. ער קריטיקירט דאָרט די ציוניסטישע אָבסעסיע מיטן אַנטפּלעקן אַרכעאָלאָגישע דערפֿינדונגען, בשעת זיי קריכן אויף גלײַכע ווענט צו געפֿינען שפּורן פֿונעם ייִדישן בײַזײַן אין ארץ־ישׂראל מיט טויזנטער יאָרן צוריק. און דאָס קומט, לשיטתו, אַנשטאָט צו פֿאָקוסירן זיך אויף די הײַנטיקע ייִדן. „וויפֿל טיפּן ייִדן האָט איר דאָ. ס’איז מיר שווער זיי אויסצורעכענען.‟ שרײַבט נאָמבערג מיט באַוווּנדערונג וועגן ירושלים. אין דער אַלטער שטאָט, האָט ער שוין זייער גוט אַרומגעבלאָנדזשעט, און איז אַרויס מיט אָט דער אונטערשטער שורה: „די הייליקייט איז דאָרט [אין ירושלים]… אַן אינדוסטריע. אַלע אמונות האַנדלען דאָרט מיט הייליקייטן.‟
אויב מע וויל באַשטעלן אַן אָרט אין איינער פֿון ביראַנס עקסקורסיעס, וואָס זיי זענען אַלע שטאַרק רעקאָמענדירט, זאָל מען שרײַבן אויף דעם בליצפּאָסט־אַדרעס theyiddishwalk@gmail.com. אָט איז אַ פֿאַרבינדונג צו דעם נײַעם קורצן פֿילם „זײַ געזונט, ירושלים‟, געמאַכט פֿון ביראַנען מיט עראַן טאָרבינער, וועגן די באַזוכן פֿון ייִדישע שרײַבער אין ארץ־ישׂראל (אויף ייִדיש מיט ענגלישע סובטיטלען):
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.