פֿילאָלאָגיע ווערט באַטאָנט אויף ייִדיש־קאָנפֿערענץ

Philology Stressed at Yiddish Conference


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published June 02, 2015, issue of June 26, 2015.

וואָס איז פֿילאָלאָגיע? דאָס איז אַ באַגריף, וואָס האָט אַ היפּש ביסל דעפֿיניציעס. בער באָראָכאָוו, אין זײַן אַרטיקל „די אויפֿגאַבן פֿון דער ייִדישער פֿילאָלאָגיע‟, האָט אין יאָר 1913 פֿאָרגעלייגט אַזאַ טײַטש: „די פֿילאָלאָגיע זעצט … פֿאָרויס, אַז די שפּראַך, מיט וועלכער זי גיט זיך אָפּ, פֿאַרמאָגט אַ קולטור־היסטאָרישן ווערט לפּחות פֿאַר דעם עבֿר. געוויינטלעך, אָבער, גייט די פֿילאָלאָגיע נאָך ווײַטער און שטיצט זיך אויף דער איבערצײַגונג, אַז איר שפּראַך האָט אַ נאַציאָנאַלן ווערט אויך אין דער צוקונפֿט.‟ מיט אַנדערע ווערטער, באָראָכאָוו האָט פֿאָרגעלייגט צו האַלטן די וויסנשאַפֿטלעכע באַשעפֿטיקונג מיט פֿילאָלאָגיע פֿאַר אַ מין פּאַרטיייִשער אָנגעהעריקייט.

דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ דעפֿיניציע, וואָס קען ניט אָנגענומען ווערן אין אַ נאָרמאַלער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה. זי האָט גאָר אַנדערע טײַטשן פֿאַר אָט דעם באַגריף. מע קען זאָגן, אַז פֿילאָלאָגיע קאָמפּרעסירט די צײַט. אַזוי אָדער אָנדערש, מיינט עס, אַז פֿילאָלאָגן מוזן זײַן אַזוי באַהאַוונט אין דער שפּראַך און אין דער געהעריקער קולטור, זיי זאָלן קענען לייענען, ריכטיק פֿאַרשטיין און אַנאַליזירן די טעקסטן, געשריבן פֿאַר אַנדערע — אָפֿט מאָל זייער ווײַטע — דורות; למשל, צו קענען לייענען שלום־עליכמען און פֿאַרשטיין דערמיט אַלע ניואַנסן פֿון זײַנע אַלוזיעס און רמזים. צו טאָן עס אַזוי ווי מע פֿאָדערט פֿון די מומחים אין קלאַסישע, גריכישע און לאַטײַנישע טעקסטן — פֿון דעם פֿאַקטיש שטאַמט די קלאַסישע פֿילאָלאָגיע.

דאָס וואָרט „פֿילאָלאָגיע‟, וואָס מע הערט ניט בדרך־כּלל אין דער ענגליש־רעדנדיקער סבֿיבֿה, האָט אַ סך מאָל געקלונגען בעת דער ייִדיש־קאָנפֿערענץ, וואָס איז אין דער פֿאַרגאַנגענער וואָך דורכגעפֿירט געוואָרן אין ירושלים, אין דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט. אָרגאַניזירט איז זי געווען דורך צוויי פּראָפֿעסאָרן פֿון דעם אוניווערסיטעט: איה אלידע און אַבֿרהם נאָווערשטערן. אָרגאַניזירט און דורכגעפֿירט באמת זייער גוט, אין אַ פּראָפֿעסיאָנעלער, אָבער גלײַכצײַטיק אַ וואַרעמער אַטמאָספֿער. צופֿעליק, אָבער סײַ־ווי־סײַ סימבאָליש, האָט מען אונדז, די אָנגעפֿאָרענע אָנטיילנעמער, באַזעצט אין אַ האָטעל אויף דער גאַס, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים. און די דאָזיקע גאַס איז לעבן דער שלום־עליכם־גאַס.