מיט איבער פֿערציק יאָר צוריק האָב איך געמוזט דורכגיין אַן עקזאַמען, כּדי צו באַקומען דעם טשין פֿון „לייטענאַנט‟. אַזאַ מין עקזאַמען איז געווען אַ טייל פֿון אוניווערסיטעטישן לעבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. נאָך מער: יונגע לײַט, בפֿרט ייִדן, האָבן געזוכט אַ וועג אָנצוקומען דווקא אין אַזעלכע אוניווערסיטעטן, וועלכע האָבן געהאַט, ווי אַ צוגאָב, אַ מיליטערישע צוגרייטונג, ווײַל דאָס האָט, בדרך־כּלל, באַפֿרײַט פֿונעם דינען אין דער אַרמיי; און טאָמער האָט מען אַזעלכע לייטענאַנטן יאָ גענומען אין מיליטער, אויף צוויי יאָר, איז עס שוין געווען אַן אַנדער מעשׂה, מיט גאָר אַנדערע באַדינגונגען, ווײַל דו ביסט שוין געווען אַ מענטש ניט מיט פּוסטע עפּאָלעטן, נאָר מיט צוויי שטערנדלעך.
איך דערמאָן עס אין שײַכות מיט טערקײַ. אַ טייל פֿון מײַן אָפֿיצירישן עקזאַמען איז געווען צו ווײַזן, אַז אין מײַן מוח האָט זיך פֿעסט אָפּגעלייגט די סטרוקטור פֿון צוויי אַרמייען: דער אַמעריקאַנער און דער טערקישער. אַמעריקע איז, פֿאַרשטייט זיך, געווען דער שׂונא נומער איינס. אָבער אין אוקראַיִנע, וווּ איך האָב זיך געלערנט, איז דער שׂונא נומער צוויי געווען טערקײַ — אַ שכן מיט אַ גרויסער אַרמיי, אַ מיטגליד פֿון דעם פֿײַנטלעכן מיליטערישן „נאַטאָ‟־בלאָק .
איך געדענק, אַז אין דער צײַט פֿון מיכאַיִל גאָרבאַטשאָווס „פּערעסטרויקאַ‟ האָט מיך שטאַרק פֿאַרחידושט די נײַעס, אַז אין מאָסקווע האָבן זיך באַוויזן טערקישע בוי־קאָמפּאַניעס. אויף וויפֿל איך געדענק, האָבן זיי תּחילת רעסטאַוורירט היסטאָרישע בנינים אין צענטער מאָסקווע. פֿאַר מיר איז עס געווען אַ סיגנאַל פֿון ממשותדיקע שינויים אין דער סאָוועטישער פּאָליטיק. איין קלייניקייט! די טערקן, מיט וועלכע רוסלאַנד האָט זיך געשלאָגן אין משך פֿון יאָרהונדערטער, און וועלכע זײַנען געווען די קעגנער נומער צוויי אין מײַנע סטודענטישע יאָרן, זײַנען פֿאַרבעטן געוואָרן צו מאַכן שענער די סאָוועטישע הויפּטשטאָט.
שוין נאָך מײַן אַוועקפֿאָרן פֿון רוסלאַנד איז טערקײַ געוואָרן אַ פּאָפּולערער צענטער פֿאַר רוסישן טוריזם. בכלל, עפּעס אַ שטיקל ליבע האָט זיך צעברענט צווישן טערקײַ און רוסלאַנד. מער אָדער ווייניקער אין דער זעלבער צײַט איז די מאַכט אין ביידע לענדער אַריבער צו מענטשן מיט ענלעכע אויטאָריטאַרישע אַמביציעס: וולאַדימיר פּוטין און רעדזשעפּ טאַיִפּ ערדאָגאַן. געשטיצט האָט מען זיי אין ביידע לענדער אין קאָנסערוואַטיווע, רעליגיעזע און נאַציאָנאַליסטישע קרײַזן.
די קונצן, וואָס מע האָט געמאַכט, כּדי ניט אָפּלאָזן די לייצעס פֿון דער מאַכט, זײַנען אויך געווען פֿון דעם זעלבן שניט. פּוטין איז אויף אַ ווײַלע אַוועק פֿון זײַן פּרעזידענטישער שטעלע און איז געוואָרן דער פּרעמיער־מיניסטער, כּדי דערנאָך זיך „קאָנסטיטוציאָנעל‟ אומקערן ווי אַ פּרעזידענט. בשעת־מעשׂה האָט מען פֿאַרראָכטן די קאָנסטיטוציע, ער זאָל קענען בלײַבן אין קרעמל לענדער ווי פֿריִער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.