צו וועמען שמייכלט דער אייבערשטער?

Who Does the Almighty Smile Upon?

אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג „טו אַ שמײכל צו אונדז, גאָטעניו‟
אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג „טו אַ שמײכל צו אונדז, גאָטעניו‟

פֿון באָריס סאַנדלער

Published June 09, 2015, issue of June 26, 2015.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

אין דער זעלבער צײַט, האָבן קאַנאָווישטעס ביכער, וועלכע זײַנען געוואָרן אַ טייל פֿון די היימישע ביבליאָטעקן, פּונקט אַזוי שטיל, ווי די מצבֿות אויפֿן בית־עולם, דערמאָנט טאָג־טעגלעך, ווער דו ביסט און וואָס איז דײַן ייִחוס; אַפֿילו נאָר מיט זייערע טיטלען, ווי די אויסגעקריצטע נעמען אויפֿן מצבֿה־שטיין: „ליכט אויפֿן ווינט‟, „טרערן און תּפֿילות פֿון משוגעים‟, „גן־עדן איז נישט פֿאַר קנעכט‟, „אַ ציגעלע פֿאַר צוויי גראָשנס‟, „טו אַ שמייכל צו אונדז, גאָטעניו‟ און אַנדערע.

ס׳איז גאָר נישט קיין צופֿעליקייט אָדער אַ קאָניוקטור־זאַך, וואָס רימאַס טומינאַס, דער הויפּט־רעזשיסאָר פֿונעם וואַכטאַנגאָוו־טעאַטער, האָט אויפֿגעפֿירט דווקא קאַנאָוויטשעס ווערק. טומאַניס איז דעם שרײַבערס בן־עיר, אַ ליטווינער, און קאַנאָוויטשעס רוחניותדיקע ירושלים ד’ליטא איז פֿאָרט אײַנגעוואָרצלט אינעם ליטווישן באָדן. דערפֿאַר איז פֿאַר טומאַניס ווילנע — ווילניוס, און די געשיכטע פֿון די ליטוואַקעס פֿאַרענדיקט זיך אין די גאַז־קאַמערן; זייערע על־פּי־נס פֿאַרבליבענע יורשים האָבן זיך בעתן מבול פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, געראַטעוועט אויף דער תּבֿה, איבערלאָזנדיק די מצבֿות פֿון זייערע אָבֿות אין דער ליטווישער ערד. זיי רעדן און באַוועגן זיך אַפֿילו נישט ווי קיין לעבעדיקע מענטשן, נאָר ווי גרויסע ליאַלקעס. זיי און זייער לעבנס־געשיכטע זײַנען געבליבן נאָר ווי סימבאָלן — אַ ציג, אַ פֿערד און וואָגן, אַ קאָזאַק מיט אַ סאַבליע, אַ שטעטל־משוגענער, אַ ביליקער ייִדישער וויץ, אַ פֿאַרקריפּלט ייִדיש וואָרט און זיפֿץ… קיין מאָרגן איז פֿאַר ייִדן אין ליטע און בכלל אין אייראָפּע נישטאָ, און די „ווײַסע פֿאָן‟, צוגעבונדן צו אַ דריקל איבער דער תּבֿה, שטעקט אויך ווי אַ סימבאָל פֿון אַ פֿולער ייִדישער קאַפּיטולאַציע.

יאָ, די „תּבֿה‟ האָט געבראַכט די געוועזענע סאָוועטישע ייִדן צו פֿרעמדע אימיגראַנטישע ברעגן; צי האָבן זיי זיך אין דעם פֿערטל־יאָרהונדערט אײַנגעוואָרצלט אין זייער נײַער היים? צי האָבן זיי זיך אין די יאָרן דערנענטערט צו זייער ייִדישקייט, צי זיך פֿרײַ געלאָזט שווימען אינעם שטראָם פֿון אַמעריקאַנער אַסימילאַציע, ווי אַמאָל אין דער סאָוועטישער ווירקלעכקייט? וואָס האָט זיי געבראַכט צו דער פֿאָרשטעלונג: הויכע קונסט, די שפּראַך פֿון דער פֿאָרשטעלונג, דער שם פֿון וואַכטאַנגאָווס טעאַטער אָדער די וועלט פֿון קאַנאָוויטשעס ירושלים ד׳ליטאַ?

יעדער האָט זיך זײַן ענטפֿער, און נאָר גאָט — אַ שמייכל, וואָס ער לאָזט פֿאַר זיך.