(די 2 טע זײַט פֿון 2)
פֿאַרשטייט זיך, אַז אַלץ איז בלויז תּירוצים פֿאַר די בענטשליכט. „כעזבאָלאַ‟ מוז קעמפֿן אין סיריע ביזן ביטערן סוף, ווײַל אָן סיריע וועט דער פּראָצעס פֿון קריגן געווער פֿון איראַן ווערן שטאַרק פּראָבלעמאַטיש. פֿאַקטיש איז דאָך „כעזבאָלאַ‟ די איינציקע סיבה פֿאַרוואָס עס עקזיסטירט נאָך אַזאַ באַגריף ווי „סיריע‟. אַסאַדס אַרמיי איז שוין כּמעט נישטאָ. זי האָט געליטן גרויסע מפּלות אין די לעצטע וואָכן קעגן די רעבעלן אין דרום און אין צפֿון — קעגן דער איסלאַמישער מדינה אין תּדמור (פּאַלמיראַ). לויט דער חשבונות פֿון דער ישׂראל־אַרמיי וועט דויערן 50 יאָר פֿון הײַנט ביז די סירישער אַרמיי וועט קענען זײַן אַזוי שטאַרק ווי זי פֿלעג זײַן. צוריק גערעדט, איז זי קיין מאָל נישט געווען אײַ-אײַ-אײַ.
דער מצבֿ איז געוואָרן אַזוי שלעכט, אַז די ישׂראל־אַרמיי איז זיכער, אַז „כעזבאָלאַ‟ וועט נישט אָנהייבן אַ מלחמה איצטער, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס די אָרגאַניזאַציע האָט 100,000 ראַקעטן הינטער די דערפֿער פֿון דרום־לבֿנון.
פֿון וואַנען וועט „כעזבאָלאַ‟ קריגן הילף? אויב 3% פֿון די קעמפֿער זײַנען שוין דערהרגעט געוואָרן, וועט „כעזבאָלאַ‟ זײַן זייער שווער זיך אומצוקערן אין לבֿנון און איבערלאָזן סיריע אין די הענט פֿון די רעבעלן און דער איסלאַמישער מדינה. אָבער עס איז זייער קלאָר, אַז איראַן איז נישט גרייט צו שיקן אירע אייגענע סאָלדאַטן קיין סיריע. איראַן האָט פּשוט גאָרנישט צו פֿאַרדינען אין סיריע. כּל־זמן ישׂראל האַלט דעם גולן, איז לבֿנון אַ בעסערער פֿראָנט צו קעמפֿן קעגן ישׂראל; דערצו, וועט איראַק תּמיד זײַן וויכטיקער פֿאַר איראַן, נישט ווי אַ רעליגיעזער פּרינציפּ, נאָר ווײַל זי האָט מורא, אַז עס זאָל נישט זײַן נאָך איין נאַרישע מלחמה, ווי די פֿריִערדיקע מלחמה צווישן איראַן און איראַק אין די 1980קער יאָרן.
„כעזבאָלאַ‟ האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אין דער סירישער בלאָטע און קען פֿון דאָרטן נישט אַרויסקריכן. זי קען נישט פֿאַרלאָזן סיריע, אָבער זי געפֿינט זיך אַליין אינעם קאַמף סײַ קעגן די סירישע רעבעלן און סײַ קעגן דער איסלאַמישער מדינה. וואָס לענגער עס דויערט די מלחמה אין סיריע, אַלץ ערגער ווערט „כעזבאָלאַס‟ שם אין לבֿנון. וואָס איז זיכער, אַז סיריע האָט שוין כּמעט אויפֿגעהערט צו עקזיסטירן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.