אַנומלט האָט מען אָפּגעמערקט 15 יאָר זינט מדינת-ישׂראל האָט זיך צוריקגעצויגן פֿון דעם זיכערהייט-פּאַס אין דרום-לבֿנון, און עפּעס מאָדנע איז געשען. דער טאָן פֿון „כעזבאָלאַ‟, וואָס פֿלעג אַלע יאָר זײַן פֿול מיט גאווה, איז מיטאַמאָל געוואָרן מער באַשיידן, זיך מער פֿאַרטיידיקט. כאַסאַן נאַסראַלאַ האָט גערעדט ווייניקער פֿון נצחון און אָנשטאָט דעם, אויסגענוצט די געלעגנהייט צו דערלאַנגען תּירוצים. די סיבה דערצו איז געוואָרן אין גיכן קלאָר: אַרום 3% פֿון די אַלע „כעזבאָלאַ‟־קעמפֿער זײַנען אומגעקומען אין דעם הײַנטיקן שוואַרצן לאָך — סיריע.
מען קען נישט וויסן, וויפֿל מיטגלידער פֿון „כעזבאָלאַ‟ זײַנען אומגעקומען אין סיריע. די אָרגאַניזאַציע האָט שוין אָנגעהויבן צו באַהאַלטן די קערפּער שטילערהייט, בסוד. דאָס ישׂראלדיקע מיליטער רעכנט אָבער, אַז די צאָל אומגעקומענע איז נישט ווייניקער ווי 700 און אפֿשר 1,000 זעלנער; אַנדערע זאָגן, אַז ס‘איז מעגלעך אויך — ביז 2,000 אומגעקומענע.
אויפֿן פֿראָנט מיט ישׂראל איז געוואָרן שאַ־שטיל: „כעזבאָלאַ‟ האָט אַ מאָל געהאַט 5,000 זעלנער אין סיריע. איצט איז די צאָל געשטיגן ביז 6,000 אָדער 8,000. כּדי צו שיקן אַזוי פֿיל קעמפֿער קיין סיריע, האָט מען געדאַרפֿט זיי אָפּציִען פֿון דער אַמאָליקער „קריגס-ליניע‟, דער גרענעץ מיט ישׂראל. די לבֿנונישע בירגער, וואָס האָבן שוין יאָרן געליטן אונטערן פֿויסט פֿון „כעזבאָלאַ‟, „די פֿאַרטיידיקער פֿון לבֿנון קעגן ישׂראל‟, חוזקן אָפּ פֿון „כעזבאָלאַ‟ און טענהן, אַז די שיִיִטישע מיליץ איז אין דער אמתן גאָר „די פֿאַרטיידיקער פֿון סיריע.‟
מען האָט דאָס געקענט זען קלאָר אין כאַסאַן נאַסראַלאַס רעדעס אויפֿן 15טן יאָרטאָג פֿון ישׂראלס פֿאַרלאָזן לבֿנון. דער פֿירער פֿון „כעזבאָלאַ‟ האָט געפּרוּווט איבערצײַגן לבֿנון, אַז אויב ISIS וועט זיגן אין סיריע, וועט די איסלאַמישע מדינה אויך באַזיגן לבֿנון און שעכטן אַלע קריסטן, דרוזן, שיִיִטן און אַפֿילו ס׳רובֿ סוניטן. לויט נאַסראַלאַ הייסט דאָס, אַז די איסלאַמישע מדינה איז פּונקט אַזוי געפֿערלעך פֿאַר לבֿנון ווי מדינת-ישׂראל, און דעריבער האָט „כעזבאָלאַ‟ דאָס רעכט זיך רופֿן „די פֿאַרטיידיקער פֿון לבֿנון‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.