עס אַנטוויקלט זיך דער סיכסוך אַרום דער מלוכישער פּראָקוראַטור אין יעקאַטערינבורג. לאָמיך דערמאָנען, אַז דאָרטן, מיט צען טעג צוריק, האָט די פּראָקוראַטור געשיקט אַ דעלעגאַציע אין אַ ייִדישער שול, און די דעלעגאַציע האָט אָרגאַניזירט אַן אינספּעקציע אין דער שול־ביבליאָטעק, און צוגענומען דעם תּנ״ך און די תּורה, כּדי זיי צו קאָנטראָלירן, אויב ס׳איז נישטאָ אין זיי אַ שטיק עקסטרעמיזם.
עטלעכע טעג נאָך דעם געשעעניש זענען אַנטשטאַנען עטלעכע ווערסיעס פֿון דעם, וואָס ס׳איז פֿאָרגעקומען, ס׳רובֿ פֿון זיי גאָר אומגלייבלעכע. די פּראָקוראַטור שווײַגט, און ברוך גאָרין, דער דריטער מענטש אין דעם רוסישן חב״ד, האָט גערופֿן אַלעמען צו בלײַבן שטיל, ביז די עקספּערטיזע וועט זײַן גרייט.
און נאָך אַ מאָל איז דער אויפֿמערק פֿון דער רוסישער מעדיאַ צוגעצויגן געוואָרן צו די ייִדן. די טעג ווערט אין רוסלאַנד אַרומגערעדט די געשיכטע פֿון דעם הייליקן וולאַדימיר (מע וויל אים שטעלן אַ דענקמאָל) — דער רוסישער פֿירשט, וואָס בשעתן אויסקלײַבן פֿאַר זײַן פֿאָלק אַ נײַע רעליגיע, האָט ער זיך באַקענט מיט אַלע פֿיר רעליגיעס און אויסגעקליבן פּראַוואָסלאַוויע. די באַרימטע זשורנאַליסטקע און טעלעוויזיע־אַנאָנסער קסעניאַ סאָבטשאַק און דער זשורנאַליסט אַנטאָן קראַסאָווסקי האָבן דורכעגעפֿירט אַן אייגענע ווערסיע פֿון וולאַדימירס אויפֿטו, און אויסגעפֿרעגט די פֿאַרטרעטער פֿון די פֿיר רעליגיעס: אַ מופֿטי, אַ פּראַוואָסלאַוונעם פּאָפּ, אַ קאַטוילישן גלך, און אַ רבֿ. די אינטערוויוען זענען גאַנץ קריטיש און סקעפּטיש. אַ סקאַנדאַל האָט אַרויסגערופֿן דער אינטערוויו פֿון אַדאָלף שאַיעוויטש, וואָס האָט געזאָגט, אַז ער וואָלט זיך באַטייליקט אינעם אויפֿהענגען אַלע האָמאָסעקסואַליסטן. סאָבטשאַק האָט אים אַוודאי גלײַך באַשולדיקט אין עקסטרעמיזם, ווי אויך אין סעקסיזם און שׂינאה צו ליבעראַליזם און פֿרײַהייט. די רבנים פֿון דער גרויסער כאָר־שיל, וווּ שאַיעוויטש איז דער רבֿ, טענהן, אַז דער גאַנצער אינטערוויו איז אַ געפֿעלשטער און שאַיעוויטש וואָלט ניט געקאָנט זאָגן אַזעלכע זאַכן. פֿון שאַיעוויטשן גופֿא האָט מען קיין קאָמענטאַרן דערווײַל ניט באַקומען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.