סעמיטן און אַנטיסעמיטן

Semites and Antisemites


פֿון לייזער בורקאָ

Published June 11, 2015, issue of June 26, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אָבער דעם אייבערשטנס פּלאָנטער צווישן „סעמיטן‟ און „האַמיטן‟ איז אפֿשר פֿאַרשטענדלעך, ווײַל פֿאַקטיש איז דאָ אַ שײַכות צווישן די סעמיטישע און די האַמיטישע שפּראַכן, וואָס מע רעדט אין צפֿון־אַפֿריקע, אַזוי ווי בערבעריש, אָדער מיצריש, וואָס פּרעה און משה האָבן גערעדט. דער ערשטער, וואָס האָט דאָס דערקענט, איז געווען דער ייִדישער בעל־דקדוק יהודה אבן קריש, וואָס האָט געלעבט אין 9טן י”ה אין אַלזשיר. אין 19טן י”ה האָבן די לינגוויסטן דערקענט אַ „סעמיטאָ־האַמטישע‟ משפּחה פֿון שפּראַכן, וואָס מע רופֿט זי הײַנט „אַפֿראָ־אַזיאַטיש‟.

פֿון וואַנען זײַנען געקומען די ערשטע סעמיטן? פֿריִער האָט מען געמיינט, אַז זיי זײַנען אַרויס פֿונעם אַראַבישן האַלב־אינדזל, אָבער מע האָט זיך געכאַפּט, אַז דאָרט האָבן געלעבט צו ווייניק מענטשן, איידער מע האָט אײַנגעהיימישט דעם קעמל אינעם צווייטן יאָרטויזנט פֿ״ק. מסתּמא, זײַנען די סעמיטן אַרויס פֿון סיריע און לבֿנון צום אָנהייב פֿונעם פֿערטן יאָרטויזנט פֿ״ק. מע קען זאָגן אַזוי פּינקטלעך, ווײַל די סעמיטישע שפּראַכן האָבן דאָס זעלביקע וואָרט פֿאַר „אייזל‟ (חמור), וואָס מע האָט פֿאַרהיימישט צו יענער צײַט, אָבער ניט פֿאַר „וואָגן‟, וואָס מע האָט אײַנגעפֿירט צוזאַמען מיטן דערפֿינדן דאָס ראָד אַרום 3500 פֿ״ק. די ערשטע טעקסטן אויף אַ סעמיטישער שפּראַך, אויף אַקאַדיש (פֿון אַכּד, זייער הויפּטשטאָט), קומען אַרויס פֿון פֿון אַן ערך טויזנט יאָר שפּעטער, פֿונעם הײַנטיקן איראַק.

פֿון צפֿון זײַנען די סעמיטן געקומען צו דער טעריטאָריע פֿונעם הײַנטיקן ישׂראל, אינעם אַראַבישן האַלב־אינדזל, און דערנאָך אַרײַן אינעם האָרן פֿון אַפֿריקע — דעריבער רעדן די עטיאָפּישע ייִדן אויך אַ סעמיטישע שפּראַך, אַמהאַריש. דאָרט האָבן זיי זיך באַגעגנט מיט זייערע אַלטע האַמיטישע קרובֿים, למשל, מיט די סאָמאַליס.

ס׳איז זייער שווער צו זאָגן, וווּ און ווען די גרויסע אַפֿראָ־אַזיאַטישע שפּראַך־משפּחה איז אויפֿגעקומען, ווײַל די קרובֿישאַפֿט צווישן סעמיטיש און די האַמיטישע שפּראַכן איז זייער אַ ווײַטע און מע קען ציילן אויף די פֿינגער די ווערטער, וואָס די שפּראַכן האָבן געירשנט בשותּפֿות. די ווערטער „וואָס‟ (מה), „בלוט‟ (דם), און „בויען‟ (בנין) זײַנען, ווײַזט זיך אַרויס, פֿון די גאָר־גאָר אַלטע. די לינגוויסטן רעכענען, אַז דער בראשית פֿון דער גאַנצער שפּראַך־משפּחה איז געווען אין צפֿון־אַפֿריקע, אפֿשר אין דער תּקופֿה אַרום 8000 פֿ״ק — אויב ניט היפּש פֿריִער.

מיט וואָס זײַנען מיר קליגער געוואָרן אַ דאַנק דער גאַנצער לינגוויסטישער פֿאָרשונג? דער עיקר, לערנען מיר, אַז די אַלע דיוויזיעס צווישן מענטשן — צווישן „סעמיטן‟ און „אַריער‟, צווישן ייִדן און אַראַבער, צווישן אַשכּנזים און ספֿרדים און די עטיאָפּישע ייִדן — זײַנען אין אַ גרויסער מאָס אַ היסטאָרישער צופֿאַל, און אַז אַלע מענטשן זײַנען ברידער, ווײַל מיר זײַנען אַלע אַרויס פֿון דער זעלביקער ליים.