מיט אַ שטיק צײַט צוריק האָב איך זיך באַקענט מיט מאַקס װײַנרײַך, אַ ביזגראַדויִר־סטודענט אין יעל־אוניװערסיטעט און, װי איר פֿאַרשטײט שוין, אַ יורש פֿון דער באַרימטער ייִדיש־דינאַסטיע. זײַן טאַטע, דן װײַנרײַך, איז דער זון פֿון אוריאל און בינה װײַנרײַך, װעמענס נאָמען װערט דערמאָנט אין דער דעדיקאַציע פֿון אוריאלס װערטערבוך. הײסט עס, דער יונגער מאַקס איז דעם פֿריִערדיקן מאַקס װײַנרײַכס אַן אוראײניקל, און אַן אור־אוראײניקל פֿונעם חשובֿן װילנער ד”ר צמח שאַבאַד. די טעג נעמט ער זיך צום ייִדיש־לימוד; אין משך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָט ער דורכגעאַרבעט זײַן זײדנס לערנבוך „קאָלעדזש־ייִדיש“, און די טעג לערנט ער זיך ייִדיש אױף דער ייִדיש־פֿאַרם אין גושן, ניו־יאָרק.
איך האָב זיך געבעטן בײַ מאַקסן, ער זאָל רעדן מיטן „פֿאָרװערטס“ װעגן זײַן הינטערגרונט און זײַן דערפֿאַרונג מיט דער ייִדישער שפּראַך ביז אַהער. גיב איך דאָ איבער זײַנע ענטפֿערס אױף די פֿראַגעס, װאָס איך האָב אים געשטעלט. די מערסטע ענטפֿערס, דאַרפֿט איר װיסן, האָט ער געגעבן אױף זײער אַ לײַטישן ייִדיש.
װי אַלט ביסטו? פֿון װאַנען קומסטו?
איך בין אײן און צװאַנציק יאָר אַלט. איך קום פֿון ניו־יאָרק, נישט װײַט פֿון קאָלאָמביע־אוניװערסיטעט. מײַן גאַנץ לעבן װױן איך אױף דער זעלביקער גאַס, װוּ דעם טאַטנס משפּחה האָט געװױנט, װען זײַן טאַטע האָט נאָך געלערנט אין קאָלאָמביע.
װאָס שטודירסטו אין יעל־אוניװערסיטעט?
איך שטודיר מאַטעמאַטיק, און איך האָב ליב ליטעראַטור אױך.
װאָס פֿאַר אַ ראָלע האָט געשפּילט די ייִדישע שפּראַך, און די ייִדישע קולטור בכלל, בײַ אײַך אין שטוב? װאָס איז די געשיכטע פֿון ייִדיש װי אַ גערעדטע שפּראַך אין אײַער משפּחה?
די געשיכטע פֿון ייִדיש אין דער משפּחה הײבט זיך אָן מיט מאַקס װײַנרײַך. זײַנע עלטערן האָבן גערעדט דײַטש אין דער הײם, און ער איז געקומען צו ייִדיש דורך דעם סאָציאַליזם, װען ער איז געװען נײַן אָדער צען יאָר אַלט. מײַן טאַטע האָט גערעדט ייִדיש אין דער הײם מיט זײַנע עלטערן. די מאַמע שטאַמט אָבער פֿון אַ קאַטױלישער משפּחה, און זי קען נישט קײן ייִדיש. דערפֿאַר האָב איך נישט גערעדט ייִדיש אין דער הײם. אַ מאָל שפּילט דער טאַטע אַ קאָמפּאַקטל אױף ייִדיש. און װען אַן אַרטיקל װעגן ייִדיש װערט געדרוקט אין דעם „טײַמז“, לײענען מיר עס אַלע, און אָפֿט מאָל האָט גאַבי [פּראָפֿ’ גבֿריאל װײַנרײַך, דעם זײדנס ייִנגערער ברודער] אינטערעסאַנטע אױסבעסערונגען אונדז איבערצוגעבן.
טאַטע־מאַמע זענען בײדע נישט רעליגיעז, אָבער מיר האָבן געפּראַװעט די יום־טובֿים פֿון בײדע רעליגיעס, קאַטױליציזם און ייִדישקײט. װי אַ קינד האָב איך געמײנט, אַז פּסח ציט זיך צו לאַנג, אָבער איך האָב הנאה געהאַט פֿונעם סדר. איך בין געװען אַ ביסל װי דער תּם פֿון דער הגדה: נישט קײן חכם, אָבער אױך נישט קײן רשע, װאָס װיל אַװעק פֿון טיש. װען דעם טאַטנס מאַמע, בינה װײַנרײַך, האָט נאָך געלעבט, האָבן מיר געפּראַװעט חנוכּה און ניטל גלײַך ערנסט. ביז אַ געװיסער מאָס האָבן מיר אױך געפּראַװעט אַנדערע ייִדישע יום־טובֿים: לכּבֿוד פּורים האָבן מיר געגראַגערט מיט די גראַגערס, געגעסן המן־טאַשן און דערצײלט מעשׂיות; אום סוכּות זענען מיר געגאַנגען צו פֿוס אין ייִדישן טעאָלאָגישער סעמינאַר נישט װײַט פֿון דער דירה, און אום ראָש־השנה האָבן מיר געגעסן חלה און עפּל מיט האָניק. די מאַמע איז שטענדיק ענטוזיאַסטיש װעגן די ייִדישע יום־טובֿים. זינט די באָבע איז געשטאָרבן איז פּסח געװאָרן דער צענטער פֿון אונדזער ייִדישקײט. מיר פּראַװען אַ סדר און זינגען אױף ייִדיש פֿונעם אַרבעטער־רינג־לידערבוך.
פֿאַר װאָס האָסטו באַשלאָסן זיך צו לערנען ייִדיש?
צוליב אַ סך סיבות. מיט אַ לאַנגער צײַט צוריק האָט מיך די באָבע געפֿרעגט, צי איך װאָלט געװאָלט קומען צו איר אײן מאָל אַ װאָך אױף פּריװאַטע ייִדיש־לעקציעס. איך האָב זיך דעמאָלט אָפּגעזאָגט, װײַל איך בין געװען אַ פּיצל קינד, װאָס האָט נישט געקענט באַנעמען סאַראַ װוּנדערלעכע מתּנה זי איז געװען גרײט מיר צו געבן. דאָס איז געװען נישט לאַנג פֿאַר איר פּטירה. דער שמועס איז מיר טיף אַרײַנגעדרונגען אין דעם אונטערבאַװוּסטזײַן. עטלעכע יאָר האָב איך אַפֿילו נישט געטראַכט פֿון ייִדיש: נישט אין מיטלשול, און נישט אין יעל־אוניװערסיטעט לערנט מען ניט די שפּראַך. אַ פּאָר מאָל האָב איך אױסגעזוכט װײַנרײַכס ביכער אין ביבליאָטעק, װײַל סע האָט זיך מיר געװאָלט לײענען די דעדיקאַציעס, סתּם אױס נײַגער.
פֿאַראַיאָרן האָב איך זיך צופֿעליק געטראָפֿן מיט אַן אײניקל פֿון אַן אַנדער גרױסן ייִדישיסט [רײנע שעכטער, אױך אַ ביזגראַדויִר־סטודענטקע אין יעל] אָבער זי האָט באמת געקענט רעדן ייִדיש װי אַ װאַסער! דעם אמת געזאָגט, האָב איך נישט געװוּסט, אַז עס זענען פֿאַראַן מענטשן פֿון מײַן עלטער, װאָס רעדן ייִדיש. איך האָב אין גאַנצן נישט געװוּסט, אַז סע זײַנען דאָ חסידישע קהילות, װוּ ייִדיש איז נאָך אַלץ די מוטערשפּראַך. פֿאַר מיר איז דאָס געװען ממש אַ קערפּונקט. איצט האָב איך געקענט פֿאַרשטײן דעם ענין „שטודירן ייִדיש“ נישט װי אַן אַלײניקער צוריקטראָט אין דער פֿאַרגאַנגענהײט, נאָר װי אַ געלעגנהײט זיך צו באַטײליקן אין אַ לעבעדיקער װעלט פֿון אַקאַדעמיקערס און ייִדן.
פֿאַר װאָס לערנסטו זיך ייִדיש דװקא אױף דער פֿאַרם, און נישט, למשל, אױף דער װײַנרײַך־פּראָגראַם בײַם ייִװאָ?
איך האָב אַפֿילו נישט געקלערט װעגן קײן אַקאַדעמישע פּראָגראַמען. איך האָב פּשוט ליב פֿאַרמערײַ. װען איך האָב געהערט פֿון דער ייִדיש־פֿאַרם, האָב איך נישט געקענט גלײבן, אַז איך קען אַרבעטן אױף דער ערד און רעדן ייִדיש אין דער זעלבער צײַט! איך האָב נישט געמאַכט קײן פֿאָרשונג װעגן אַנדערע פּראָגראַמען. איך װײס, אַז די װײַנרײַך־פּראָגראַם איז זײער גוט. איך האָף, אַז איך װעל זיך קענען װײַטער לערנען אױף אַנדערע פּראָגראַמען.
װאָס זענען דײַנע צילן?
אין אָנהײב האָב איך געװאָלט איבערלײענען „קאָלעדזש־ייִדיש“. איצט האָף איך, אַז מיט דער צײַט װעל איך זיך קענען אױסדריקן פֿרײַ אױף ייִדיש.
איך שטעל זיך פֿאָר אַז דו האָסט זיך לעצטנס באַקענט מיט פֿאַרברענטע ייִדישיסטן. װי רעאַגירט מען, װען מע דערהערט אַז דו ביסט אַ װײַנרײַך?
איך װאָלט געזאָגט, אַז אײן מאָל אַ יאָר טרעף איך אײנעם, װאָס דערקענט מײַן נאָמען. ס’איז תּמיד אַ טשיקאַװע פּאַסירונג. די שװעסטער דערצײלט אַזאַ אַנעקדאָט װעגן אַ לערער, װאָס האָט זי געלערנט בעת אַן אַקאַדעמישן זמן אין רוסלאַנד׃ װען ער האָט דערהערט װי זי הײסט, האָט ער געשװיגן. דערנאָך איז ער זײער פּאַמעלעך אַרומגעגאַנגען אַרום איר עטלעכע מינוט, אָנקוקנדיק די „װײַנרײַך“ פֿון אַלע זײַטן…
אײן מאָל בין איך געזעסן אין אַ שפּראַכקלאַס פֿאַר אָנהײבערס, װען דער לערער האָט געגעבן צו פֿאַרשטײן דעם זאָג „אַ שפּראַך איז אַ דיאַלעקט מיט אַן אַרמײ און פֿלאָט“. איך װײס, אַז מײַן עלטער־זײדע איז נישט באמת געװען דער ערשטער צו פֿאָרמולירן אָט די דעפֿיניציע פֿון אַ שפּראַך, אָבער עס האָט מיר זײער הנאה געטאָן צו הערן װי אַ לערער ציטירט אים.
אָבער די בעסטע רעאַקציע אױף מײַן באַשלוס זיך צו לערנען ייִדיש איז געקומען פֿון דער משפּחה גופֿא, פֿונעם עלטער־פֿעטער גאַבי װײַנרײַך. װען איך האָב אים געזאָגט, אַז איך לערן זיך ייִדיש, האָט זיך באַװיזן אױף זײַן פּנים זײער אַ גרױסער שמײכל. אין זײַן אינטערװיו מיטן ייִדישן ביכער־צענטער דערקלערט ער די װיכטיקע ראָלע פֿון ייִדיש אין זײַן לעבן.
װי אַלט ביסטו געװען, װען דו האָסט זיך דערװוּסט װעגן דײַן ייִדישיסטישן ייִחוס? איז ער אַ װיכטיקער טײל פֿון דײַן אידענטיטעט װי אַ ייִד?
איך האָב פֿון תּמיד אָן געװוּסט פֿון מײַן משפּחהס געשיכטע, אפֿשר װײַל איך האָב געפֿרעגט טאַטע־מאַמע װעגן מײַן נאָמען. אָבער איך מײן, אַז איך האָב נישט געקענט די אמתע געשיכטע, װײַל ס’איז דאָ אַ סך צו װיסן. איך געפֿין זיך אָפֿט אין דער אומבאַקװעמלעכער סיטואַציע, װען אַנדערע מענטשן אין דער ייִדיש־װעלט װײסן נאָך מערער װעגן מײַן „ייִדישיסטישן ייִחוס“ װי איך. למשל, הײַנטיקס יאָר האָב איך זיך אױסגעלערנט דאָס װאָרט „ייִדישיסט“. די עלטערן ניצן דעם טערמין „ייִדישער לינגװיסט“ צו באַשרײַבן אוריאלן און מאַקסן. אפֿשר האָבן בײדע װערטער דעם זעלבן באַטײַט, אפֿשר נישט.
סע װאָלט געװען אַ גוזמא צו זאָגן, אַז איך האָב באמת אַנטװיקלט אַן אידענטיטעט װי אַ ייִד אײדער איך האָב געמאַכט די ערשטע טריט אין ייִדיש. איך בין נישט קײן פֿרומער, און מײַנע השׂגות װעגן די מאָדערנע פּאָליטישע אַספּעקטן פֿון ייִדישקײט זענען גאָר באַגרענעצט. פֿונדעסטװעגן, איז מיר קלאָר, אַז ייִדיש איז אַ שפּראַך װאָס מע מוז פֿאַרטײדיקן מיט אַלע כּוחות. ייִדיש איז פֿאַר מיר אַ װעג צו ייִדישקײט, מיט װעלכן איך קען זיך פֿילן באַקװעם און שטאָלץ. ס’איז נישט אין גאַנצן צופֿעליק, אָבער אױך נישט בכּיװן, װאָס איך האָב זיך אָנגעשטױסן אין אָט דעם װעג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.