(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ס׳איז אָבער געווען פֿרײַטיק נאָך מיטאָג, האָבן אַ טייל פֿון אונדז זיך אַהיימגעיאָגט צו העלפֿן צוגרייטן אויף שבת. שטייענדיק אין קיך, האָט מיך שטאַרק גערירט צו זען ווי שכנים קומען אַרײַן די גאַנצע צײַט, כּדי אַרויסצוהעלפֿן. מײַן שוואָגער איז נישט געזונט, און מײַן שוועסטער און אירע קינדער טוען אַ מסירת־נפֿשדיקע אַרבעט אויפֿצופּאַסן אויף אים, און אים צו מאַכן פֿילן ווי אַ טייל פֿון דער טאָג־טעגלעכקייט. דערצו קומען במשך פֿונעם גאַנצן טאָג און נאַכט אַרײַן שכנים און פֿרײַנד, כּדי צוצולייגן אַ האַנט. אַ טייל העלפֿן מיט זײַן מעדיצינישער באַהאַנדלונג, אַנדערע — מיט רוחניות, ווי, למשל, פֿאָרלייענען פֿאַר אים די סדרה פֿון דער וואָך, אָדער פֿון אַ מסכתּא גמרא.
אַחוץ דעם האָבן שכנים אויך אַרײַנגעבראַכט היימישע קוגלען, טאָרטן און סאַלאַטן, ווײַל אַזוי פֿירט זיך ווען עמעצער אין דער קהילה גרייט זיך אויף אַ גרויסער שׂימחה. ס׳האָט טאַקע אַ סך פֿריילעכער געמאַכט אין שטוב.
זונטיק זענען מיר, די געסט, זיך צעפֿאָרן אויף פֿאַרשידענע עקסקורסיעס, כּדי צו געבן דער כּלהס משפּחה אַ געלעגנהייט זיך צוצוגרייטן צו דער חתונה מאָנטיק אין ירושלים. וואַרטנדיק אויף אַן אויטאָבוס אין דער צענטראַלער סטאַנציע פֿון צפֿת, האָב איך מיט אַ שמייכל זיך אונטערגעהערט ווי צוויי אַלטע פֿרומע ייִדן געזעגענען זיך מיט אַ פּאָרפֿאָלק אויף אַ היימישן ייִדיש: „מזל־טובֿ, מזל־טובֿ! איר זאָלט דערלעבן נחת פֿון די קינדער און אייניקלעך, און הקודש ברוך הוא זאָל אײַך בענטשן מיט אַל דאָס גוטס!‟
אינעם אויטאָבוס, האָב איך באַמערקט אַ צווייטע שיינע סצענע: אַ מיטל־יאָריקע פֿרוי איז אַרײַנגעקומען — נישט קיין פֿרומע, מיט קורצע אַרבל און הויזן — און האָט געפֿרעגט בײַם שאָפֿער, ווי אַזוי מע קומט אָן צו אַ געוויסן אַדרעס. דער שאָפֿער האָט געפּרוּווט העלפֿן, אָבער האָט, אַ פּנים, נישט געוווּסט דעם ענטפֿער.
פּונקט דעמאָלט האָט אַ ייִד מיט אַ גראָער באָרד און פּאות גיך אָנגעקוועטשט עטלעכע קנעפּלעך אויף זײַן מאָבילקע, צוגערופֿן די פֿרוי און איר דערקלערט פּינקטלעך, וועלכע אויטאָבוסן צו נעמען, כּדי אָנצוקומען אַהין. זי האָט אים באַדאַנקט און זיך אַוועקגעזעצט.
אַ פּשוטע סצענע אין צפֿת, וווּ איין ייִד העלפֿט אַרויס דעם אַנדערן, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס זיי זענען פֿון גאָר אַנדערע וועלטן. אַ שאָד, וואָס די צײַטונגען שרײַבן זייער זעלטן וועגן אַזוינע איידעלע סצענעס…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.