די פֿאַרגאַנגענע וואָך בין איך געפֿאָרן קיין ישׂראל, כּדי אָנטיילצונעמען אין דער גרויסער שׂימחה בײַ מײַן שוועסטער און איר הויזגעזינד: די חתונה פֿון איר עלטסטער טאָכטער. בײַ מיר איז תּמיד אַ פֿאַרגעניגן צו פֿאָרן קיין צפֿת, וווּ איר משפּחה וווינט — ערשטנס, פֿאַרשטייט זיך, צו פֿאַרברענגען צײַט מיט זיי, און צווייטנס, כּדי הנאה צו האָבן פֿון צפֿת גופֿא: די פּרעכטיקע לאַנדשאַפֿטן און די גאָר אַלטע שטיינערנע הײַזער און געסלעך, וואָס דערמאָנען אין די צײַטן פֿונעם אַר״י (הרבֿ יצחק לוריא) און אַנדערע גרויסע מקובלים, רבנים און צדיקים פֿון הונדערטער יאָרן צוריק.
אַחוץ מיר מיט מײַן מאַן, לייבל, זענען אויך מיטגעקומען מײַן זון, מנחם־יאַנקל, און זײַן פֿרוי, עמילי; מײַן ברודער, בנימין, און זײַן טאָכטער, ריינע. ווי עס מאַכט זיך, האָבן אַ טייל פֿון אונדז שטאַרק ליב צו זינגען; מער וועגן דעם — שפּעטער.
מײַן שוועסטערס משפּחה וווינט ממש אויף אַ באַרג אינעם אַזוי־גערופֿענעם קינסטלער־קוואַרטאַל. זי איז אַליין אַ קינסטלערין, וואָס מאַכט פֿאַר יעדן קינד צו דער חתונה אַ קינסטלערישע כּתובה, קאַליגראַפֿיש אויסגעשריבן און פֿאַרביק אילוסטרירט. ווען מיר האָבן באַזוכט איר זון און שנור, האָט די האַנט־געמאַכטע כּתובה לכּבֿוד זייער חתונה מיט פֿינף יאָר צוריק באַצירט דעם גאַסטצימער פֿון זייער דירה.
דעם ערשטן טאָג אין צפֿת, האָבן מיר אַרויסגענומען עטלעכע פֿון מײַן שוועסטערס קינדער אויף פֿרישטיק אין אַ קאַפֿע, וואָס קוקט אַרויס איבער די בערג. מיר האָבן זיך אָנגעזעטיקט מיט די ישׂראלדיקע סאַלאַטן, קעזן און פֿריש־געבאַקן ברויט. ס׳איז געווען אַ פּרעכטיקער טאָג, און בכלל נישט הייס, זענען מיר געגאַנגען אָנקוקן די „צפֿתער מצודה‟ — אַ היסטאָריש אָרט אויף אַ באַרג, וואָס די קרײצטרעגער האָבן געבויט ווי אַ פֿעסטונג אינעם 12טן יאָרהונדערט. דאָרט איז אויך דאָ אַ הייל, וואָס מע זאָגט איז אַזוי אַלט, אַז יעקבֿ אָבֿינו אַליין האָט דאָרט געלערנט תּורה.
מיר זענען אַלע אַרײַן אין הייל, וווּ ס’איז געווען שטאָק־פֿינצטער, אָבער אַ דאַנק אונדזערע „אײַ־פֿאָנס‟ האָבן מיר געקענט אָנצינדן לעמפּלעך. שטייענדיק אין אַ קײַלעכדיקן „צימער‟ פֿונעם הייל, האָבן מיר, שמועסנדיק, באַמערקט, אַז עס הילכט אָפּ אַן עכאָ. האָבן מיר אויפֿן אָרט באַשלאָסן צו מאַכן אַ שטיקעלע „קאָנצערט‟.
„אפֿשר זאָלן מיר זינגען ‘זאָג מאַראַן׳?‟ האָט איינער געפֿרעגט וועגן דעם באַקאַנטן ליד פֿון די ייִדן, וואָס האָבן באַהאַלטענערהייט געפּראַוועט זייער סדר אין אַ הייל. מיר האָבן אָבער גיכער געוואָלט זינגען עפּעס, וואָס האָט אַן אַראַנזשירונג פֿון פֿיר קולות; האָבן מיר אויסגעקליבן אַבֿרהם רייזענס און שלמה גאָלובס באַקאַנט חנוכּה־ליד „ברוך אַתּה‟, וואָס אַ טייל פֿון אונדז האָבן געקענט די האַרמאָניעס דערפֿון דורכן זינגען אין בנימינס „ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָר‟. מיר האָבן אָנגעהויבן די ערשטע שורה — פּאַמעלעך, מיט אויסגעצויגענע טענער: „׳ברוך אַתּה׳ זינגט דער טאַטע און ער צינדט די ליכט…‟ — און באַוווּנדערט ווי שיין די האַרמאָניעס האָבן געקלונגען דורכן עכאָ פֿונעם אור־אַלטן הייל. מײַנע פּלימעניצעס, וואָס זענען אַליין מוזיקאַליש פֿעיִק, האָבן זיך צוגעהערט צו די פֿיר קולות, ממש פֿאַרכּישופֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.