ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw


פֿון קאָבי ווײַצנער

Published June 16, 2015, issue of July 10, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די סאָוועטן האָבן דערלויבט די דאָזיקע מענטשן צו פֿאָרן מיט דער באַן דעם גאַנצן וועג פֿון ליטע קיין וולאַדיוואָסטאָק. פֿון דאָרט זענען זיי געפֿאָרן מיט אַ שיף קיין יאַפּאַן. דער פּוילישער אַמבאַסאַדאָר אין יאַפּאַן, טאַדעוש ראָמער, אין איינעם מיט פֿאַרשיידענע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן געפּועלט, אַז 4,000 פֿון די פּליטים זאָלן באַקומען אַ דערלויבעניש אַרײַנצוקומען אין אַמעריקע און פּאַלעסטינע. די איבעריקע 2,000 פּליטים זענען פֿאַרשיקט געוואָרן קיין שאַנכײַ און נאָך דער מלחמה האָבן זיי עמיגרירט קיין אויסטראַליע, אַמעריקע, קאַנאַדע און ישׂראל.

פֿרײַטיק, דעם 12טן יוני, זענען די דיפּלאָמאַטן פֿון דער יאַפּאַנישער אַמבאַסאַדע געקומען אויף אַ פֿײַערלעכער סעסיע פֿון דער קאָנפֿערענץ אין דער שיינער נאָזשיק־שיל אין וואַרשע.

אַ יאַפּאַנישער דיפּלאָמאַט האָט דערמאָנט דעם עולם, אַז סוגיהאַראַ האָט נישט געפֿאָלגט טאָקיאָס אינסטרוקציעס בנוגע די וויזעס און געהאַנדלט לויט זײַן אייגענעם פֿאַרשטאַנד און געוויסן. דאָס איז נישט קיין לײַכטע זאַך פֿאַר אַ יאַפּאַנישן דיפּלאָמאַט, האָט ער באַטאָנט: „סוגיהאַראַ האָט באַוויזן, אַז אַפֿילו אין שווערע צײַטן זענען פֿאַראַן מענטשן וואָס פֿאָלגן זייער אייגענעם מענטשלעכן געוויסן, און טאַקע דערפֿאַר דינען זיי פֿאַר אונדז ווי אַ בײַשפּיל‟, — האָט דער יאַפּאַנישער דיפּלאָמאַט געזאָגט.

די קאָנפֿרענץ האָט זיך פֿאַרנומען מיט עטלעכע אַספּעקטן פֿון סוגיהאַראַס העלדישן אויפֿטו, און איז געווידמעט געוואָרן נישט נאָר דעם יאַפּאַנישן חסיד־אומות־העולם. די ניצול־געבליבענע און זייערע קינדער זענען אויך געקומען צום וואָרט און דערציילט די סוגיהאַראַ־געשיכטע פֿון זייער קוקווינקל, און אויף אַזאַ אופֿן צוגעגעבן די פּערספּעקטיוו פֿון די געראַטעוועטע.

תּלמידים־פּענסיאָנערן

פּוילן האָט אַ גרויסע צאָל פּענסיאָנירטע. דערפֿאַר איז דאָס נישט קיין וווּנדער, וואָס אַ סך אינסטיטוציעס פֿאַרנעמען זיך מיט זיי.

אוניווערסיטעטן פֿאַר פּענסיאָנערן זענען דאָ אין לאַנד אַן ערך פֿינף הונדערט. איינער פֿון די בעסטע צווישן זיי איז דער פּענסיאָנערן־אוניווערסיטעט בײַ דער שלום-פֿונדאַציע. דער דאָזיקער אוניווערסיטעט איז אַנדערש פֿון אַלע אַנדערע פּענסיאָנערן־אוניווערסיטעטן אין פּוילן מיט דעם, וואָס ער האָט אַ רײַכן אָנבאָט פֿון ייִדישע לימודים. למשל: עבֿרית, ייִדיש, ישׂראלדיקע פֿאָלקס-טענץ, ייִדישע גאַסטראָנאָמיע און נאָך און נאָך.

דאָנערשטיק, דעם 18 יוני האָט דער פּעניסאָנערן־אוניווערסיטעט פֿון דער שלום-פֿונדאַציע פֿאַרבעטן די תּלמידים און זייערע משפּחות אויף אַ פֿײַערלעכער סוף־יאָר צערעמאָניע אינעם ייִדישן טעאַטער. די תּלמידים, דאָס רובֿ תּלמידות, האָבן געטאַנצט אויף דער בינע אַ ריי ייִדישע טענץ. איינעם פֿון די טענץ האָבן זיי געווידמעט דעם אָנדענק פֿון שמעון שורימעי עליו-השלום, וואָס איז געווען במשך פֿון 45 יאָר דער דירעקטאָר פֿונעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער.

די תּלמידים פֿון דעם עבֿרית־קלאַס האָבן אויך באַוויזן זייערע קענטענישן. זיי האָבן געשפּילט אַ הומאָריסטישע ווערסיע פֿון דער באַליבטער מעשׂה וועגן סינדערעלאַ — אַַלץ אויף העברעיִש.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.