שפּרינגט אַ פֿיש איבערן טיש

Hopping Like A Fish

בלאָטע־שפּרינגערס רוען זיך אָפּ אויף די שטיינער אין גאַמביע
Wiki Commons
בלאָטע־שפּרינגערס רוען זיך אָפּ אויף די שטיינער אין גאַמביע

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 18, 2015, issue of July 10, 2015.

דעם 6טן מײַ האָט דער אַמעריקאַנער נאַציאָנאַלער געאָגראַפֿישער זשורנאַל National Geographic פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל וועגן אַן אַנדער מין פֿיש, וואָס איז טאַקע מסוגל אַרויפֿצוקריכן אויף כּמעט ווערטיקאַלע שטיינערנע ווענט. אַ גרופּע ספּעלעאָלאָגן האָט זיך צום ערשטן מאָל אײַנגעגעבן צו פֿילמירן אַזאַ אומגעוויינטלעכע אויפֿפֿירונג, וואָס אַ געוויסער קליינער מין וועלש האָט אַרויסגעוויזן אין אַן עקוואַדאָרער הייל. אינעם פֿילם ווערט געוויזן, ווי אַזוי דער דאָזיקער פֿיש קריכט אַרויס פֿונעם וואַסער און דראַפּעט זיך גאַנצע דרײַ מעטער אַרויף, קעגן דעם וואַסער־שטראָם, אויף אַ נאַסער וואַנט. דזשיימס אָווען, דער מחבר פֿונעם זשורנאַל־אַרטיקל, אויפֿן סמך פֿונעם טעקסאַסער ספּעלעאָלאָג דזשעפֿרי האָוז, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט דער עקספּעדיציע, באַמערקט, אַז די אומגעוויינטלעכע פֿיזישע אייגנשאַפֿטן פֿונעם וועלש קאָנען זײַן אַ סימן פֿונעם אָנגייענדיקן עוואָלוציע־פּראָצעס. אין דער הייל ווערט הײַנט, צו ביסלעך, געשאַפֿן אַ נײַער מין פֿיש.

ווי געזאָגט, איז דער וועלש זיכער אַ טרייפֿענער סאָרט פֿיש. ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז אַ סך פֿרומע ייִדן גלייבן, אַז די עצם־טעאָריע פֿון דער ביאָלאָגישער עוואָלוציע איז אין תּוך אַ טרייפֿענע און אַן אַפּיקורסישע, הגם אַ גאַנצע ריי פּראָמינענטע רבנים האָבן דווקא באַטאָנט, אַז אויב דער אייבערשטער האָט באַשאַפֿן אַלע באַשעפֿענישן אין דער וועלט דורך אַ לאַנגן עוואָלוציע־פּראָצעס, איז עס פּונקט אַזאַ נס, ווי דער בוכשטעבלעכער אָפּטײַטש פֿון דער מעשׂה־בראשית. אַדרבה, אין די אַלטע פֿילאָסאָפֿישע און קבלה־ספֿרים שטייט קלאָר געשריבן, אַז די באַשעפֿענישן פֿאַרוואַנדלען זיך אין דער וועלט איינע אין אַ צווייטער דורך אַן עוואָלוציאָנערן אַנטוויקלונג־פּראָצעס.

דער קליינער וועלש, וואָס קריכט אַרויף אויף די ווענט פֿון אַ הייל אין עקוואַדאָר

אין די טראָפּישע ראַיאָנען פֿונעם אינדישן און פּאַציפֿישן אָקעאַן, ווי אויך אויפֿן אַטלאַנטישן ברעג פֿון אַפֿריקע טרעפֿן זיך בערך 40 פֿאַרשיידענע מינים בלאָטע־שפּרינגערס (mudskippers). דאָס איז אַן עכטער אַמפֿיביע־פֿיש מיט שטאַרקע פֿלוספֿעדערן, וואָס זעען אויס כּמעט ווי פֿיסלעך און דערמעגלעכן זיי אַרומצוגיין און אַרויפֿשפּרינגען ביז צוויי פֿוס אַרויף. הגם די בלאָטע־שפּרינגערס זענען פֿיש, פֿאַרברענגען זיי ס׳רובֿ זייער לעבן אויף דער יבשה, הגם זיי מוזן האָבן אַרום זיך אַ פֿײַכטע סבֿיבֿה. אָט־די באַשעפֿענישן זענען טאַקע מסוגל אַרומצושפּרינגען און אַרויפֿקלעטערן אויף גענוג הויכע ביימער. קיין נאָרמאַלע ליסקעס האָבן זיי אָבער נישט און ממילא זענען נישט כּשר. אַ נישט־ספּעציאַליסט קאָן פֿאַררעכענען די בלאָטע־שפּרינגערס פֿאַר אַ מין סאַלאַמאַנדרעס — אַזוי שטאַרק שיידן זיי זיך אונטער פֿון די געוויינטלעכע מינים פֿיש.

פֿאַרשיידענע מינים אָקון זענען אָבער יאָ, ווי באַקאַנט, גאַנץ כּשר און פּאָפּולער בײַ ייִדן. אַנאַבאַס האָט בולטע סימני־כּשרות, גרויסע ליסקעס און שאַרפֿע פֿלוספֿעדערן, מיט וועלכע ער קאָן טעראָריזירן די רויב־פֿויגלען. מיט צוויי יאָר צוריק, האָבן די וויעטנאַמער דאָקטוירים אָפּערירט אַ 34־יאָריקן פֿישער, וועלכער האָט געכאַפּט אַן אַנאַבאַס און עס אַרײַנגעלייגט, אויף טשיקאַוועס, אין זײַן מויל אַרײַן. מיט עטלעכע חדשים שפּעטער, איז אַן ענלעכע מעשׂה געשען אין מאַלײַזיע. אַ 19־יאָריקער יונגערמאַן, האַלטנדיק אַ לעבעדיקן אַנאַבאַס אין זײַן מויל, האָט זיך געקליבן עס אַרײַנצושטעקן אויף אַ העקל ווי אַ לאָקער־שפּײַז. בלויז צוליב דער גיכער הילף פֿון די כירורגן האָט זיך אײַנגעגעבן צו ראַטעווען דעם יונגן פֿישער.

אינעם שולחן־ערוך שטייט געשריבן, אַז מע טאָר נישט עסן פֿיש לעבעדיקערהייט, צוליב דער מיצווה „בל תּשקצו‟ — אויב אַפֿילו אַ געוויסער פּראָדוקט איז גאַנץ כּשר, טאָר מען עס נישט אײַננעמען אויף אַ בפֿירוש עקלדיקן אופֿן. אינעם דערמאָנטן פֿאַל איז עס אָבער ממש אַ סכּנת־נפֿשות. אויב איר וווינט בײַם בענגאַלער אײַנגוס צי אין סאָמערסעט, אויפֿן סאַמע צפֿונדיקן שפּיץ פֿונעם אויסטראַלישן קאָנטינענט, און אַ גאַנץ היימישער כּשרער לעבעדיקער אָקון באַווײַזט זיך פּלוצעם אויף דער שוועל פֿון אײַער טיר, דאַרף איר עס קודם אָפּקאָכן, ווי געהעריק. ווען אַ פֿיש קריכט אַרײַן אין אײַער שטוב צו גאַסט, איז עס, אַוודאי, אַ גרויסער נס. לויטן דרום־אינדישן שטייגער, קאָנט איר דערמיט צוגרייטן אַ טעלער קאַרי, לכּבֿוד שבת — דער טראַדיציאָנעלן מאכל מיט גרינסן און געווירצן. כּל־זמן אײַער גאַסט לעבט, דאַרפֿט איר אָבער געדענקען, אַז איר האָט צו טאָן מיט אַ פּאָטענציעלן „זעלבסט־מערדערישן טעראָריסט‟.

דער דעפּאַרטאַמענט פֿון אַגריקולטור און פֿישערײַ פֿון קווינסלענד, דער צפֿון־מיזרחדיקער שטאַט פֿון אויסטראַליע, דערקלערט אויף זײַן וועבזײַט, אַז ס׳איז שטרענג פֿאַרבאָטן צו האַלטן בײַ זיך אַפֿילו אַ טויטן „זיך־דראַפּענדיקן אָקון‟. דעם פֿאַרברעכער דראָט אַ קנס ביז 200,000 דאָלאַר. לויט דעם זעלבן געזעץ, טאָר מען אויך נישט האַלטן אָדער פֿאַרקויפֿן אַזעלכע געוויינטלעכע מינים פֿיש, ווי קאַרפּ און טילאַפּיע. אויב מע כאַפּט זיי, מוז מען זיי דערהרגענען אויפֿן אָרט און וואָס גיכער אויפֿעסן. עס קאָן זײַן, אַז די סכּנה פֿונעם אומגעוויינטלעכן קריכנדיקן פֿיש איז איבערגעטריבן. צום באַדויערן, שטעלט מיט זיך פֿאָר דווקא דער מענטש, די „קרוין‟ פֿון די באַשעפֿענישן, די גרעסטע סכּנה פֿאַר דער סבֿיבֿה, אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿאַרשיידנאַרטיקע און טשיקאַווע אַנדערע באַשעפֿענישן.