ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

אַן‭ ‬עפּיזאָד‭ ‬פֿון‭ ‬דעם‭ ‬פֿילם „ווען מענטשן שטאַרבן, זינגען זיי לידער”
אַן‭ ‬עפּיזאָד‭ ‬פֿון‭ ‬דעם‭ ‬פֿילם „ווען מענטשן שטאַרבן, זינגען זיי לידער”

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published June 17, 2015, issue of July 10, 2015.

פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישע פֿילמען

די וואָך איז אין מאָסקווע צום ערשטן מאָל דורכגעגאַנגען דער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישן קינאָ. עס ווערן דעמאָנסטרירט ייִדישע פֿילמען סײַ פֿון רוסלאַנד, סײַ פֿון אויסלאַנד, וואָס זענען דערשינען פֿאַר די לעצטע 5-3 יאָר. די פֿילמען זענען צעטיילט אויף 4 נאָמינאַציעס: דאָקומענטאַרע, קורצע פֿילמען, דראַמעס און יענע וואָס ווערן דעמאָנסטרירט אויסן פֿאַרמעסט, באַרימט געוואָרענע פֿילמען.
אין דער לעצטער נאָמינאַציע ווערן געוויזן נאָר 4 פֿילמען — 2 קאַרטונען, קאָנסטאַנטין פֿאַמס „שיכעלעך‟, וואָס וועגן דער אַרבעט האָבן מיר שוין דערציילט, און דער לאַורעאַט פֿון „אָסקאַר‟ 2015 — „אידאַ‟.

צווישן די דראַמעס האָט מען געקענט זען די באַקאַנטע פֿילמען, „גט”, וועגן די רעכטער פֿון אַ פֿרומער פֿרוי, און „פֿעליקס און מאירה‟, וועגן דעם מענאַזש־אַ־טרואַ אין אַ חרדישער קהילה.

צווישן די דאָקומענטאַרע פֿילמען איז געוויזן געוואָרן „עס וועט קומען די נאַכט‟, געמאַכט אין נאַציסטישע טויט־לאַגערן גלײַך נאָך דער באַפֿרײַונג, אין 1945.

פּראָיעקט „אשכּולות‟: רעפֿעראַטן וועגן ייִדישן קינאָ

צו דער פּראָגראַם פֿונעם פֿעסטיוואַל האָבן צוגעפּאַסט זייערע פּראָגראַמען דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ און דער נײַער ייִדישער מוזיי. אין די ראַמען פֿונעם פֿעסטיוואַל איז געוויזן געוואָרן דער פֿילם „וועגן סוזאַן זאָנטאַג‟ — די לעבנס־באַשרײַבונג פֿון דער קריטיקערין און פֿילאָסאָפֿין. דער מוזיי האָט אָרגאַניזירט אַ רעפֿעראַט וועגן זאָנטאַג, וואָס ס‘האָט געהאַלטן דער פֿילאָסאָף איגאָר טשובאַראָוו און דער קונסט־קריטיקער אַלכּסנדר עוואַנגעלי. דער מוזיי האָט אויך אָרגאַניזירט אַ דיסקוסיע וועגן דעם פֿילם „אידאַ‟ מיטן הויפּט פֿון דעם מוזייס פֿאָרשונג־צענטער, אורי הערשאָוויטש און דעם קינאָקריטיקער אָלעג אַראָנסאָן. דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט אויסגעקליבן דעם פֿילם „וועק אויף, ציון‟ וועגן דער ראַסטאַפֿאַרי־באַוועגונג ווי אַ סינטעז פֿון יהדות פֿון עטיאָפּישער קולטור. דער פּראָיעקט האָט אָרגאַניזירט אַ לעקציע וועגן דער געשיכטע און דער קולטור פֿון ראַסטאַפֿאַרי. דעם רעפֿעראַט האָט געהאַלטן דער פֿילאָסאָף סערגיי סטעפּאַנישטשעוו, מיט דער באַגלייטונג פֿון „מעדיאַ־פֿוגאַ‟ פֿון קאַטערינאַ פּיץ.