ניו־יאָרק. — איין זאַך, וואָס מע מוז זאָגן וועגן דעם לאַנג־יאָריקן פֿירער פֿון דער „אַנטי־דעפֿאַמאַצע ליגע‟, אייבראַהאַם פֿאַקסמאַן, וועלכער וועט דעם חודש פּענסאָינירן נאָך 30 יאָר, איז, אַז ער האָט זיך קיין מאָל נישט געקווענקלט אויסצודריקן אַ מיינונג.
ער האָט טאַקע אַ סך צוהערער אויך; הגם פֿאַקסמאַן איז נישט קיין דערוויילטער באַאַמטער, האַלטן די זשורנאַליסטן, דער ברייטער עולם, און בפֿרט דאָס „ווײַסע הויז‟ אים פֿאַרן פֿאָרשטייער פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן — אַ זאַך, וואָס פֿרוסטרירט אַ סך ייִדישע כּלל־טוער, סײַ פֿונעם רעכטן פֿליגל, סײַ פֿונעם לינקן.
„אייב איז איינער פֿון די דרײַ אָדער פֿיר מענטשן, וואָס מע מוז אָנקלינגען, ווען מע דאַרף אַ מיינונג וועגן אַ געוויסן ענין,‟ האָט באַמערקט דזשאַראָד בערנסטין, אַ געוועזענער באַאַמטער בײַם „ווײַסן הויז‟, וועלכער האָט זיך פֿאַרנומען מיט ייִדישע ענינים בעת פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַס ערשטער קאַדענץ. ווען פֿאַקסמאַן, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיט דער „איי־די־על‟ זינט 1987, וועט פּענסיאָנירן, וועט אים פֿאַרטרעטן דזשאָנאַטאָן גלינבלאַט, אַן אַסיסטענט בײַם „ווײַסן הויז‟.
אונטער פֿאַקסמאַנס השגחה איז די „איי־די־על‟ געוואָרן אַ 60 מיליאָן־דאָלאַרדיקער פּראָיעקט, וואָס פֿירט דורך פּעדאַגאָגישע פּראָגראַמען קעגן ראַסיזם און אַנטיסעמיטיזם איבערן גאַנצן לאַנד.
פֿאַקסמאַן האָט אויך אַן אייגנאַרטיקן טאַלאַנט אויסצוקומען מיט מענטשן, און קאָן פֿאַרוואַנדלען אַנטיסעמיטישע טענדענצן בײַ איינעם אין אַ געוויסער סימפּאַטיע צו ייִדן. ווען ס׳איז אין פֿעברואַר 2011, למשל, פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַ ווידעאָ, וווּ דער מאָדע־דיזײַנער דזשאָן גאַליאַנאָ האָט, שיכּורערהייט, אויסגעשאָסן מיט אַ ריי אַנטיסעמיטישע אויסזידלונגען, האָט די „איי־די־על‟ אָנגעפֿירט מיט אַ קאַמפּאַניע קעגן אים, וואָס האָט גורם געווען זײַן ווערן אָפּגעזאָגט פֿון דער פֿירמע „קריסטשען דיאָר‟. אָבער ווען גאַליאַנאָ האָט שפּעטער עפֿנטלעך געבעטן מחילה בײַ די ייִדן, האָט פֿאַקסמאַן אים פֿאַרטיידיקט און באַשטעטיקט, אַז דער דיזײַנער האָט זיך טאַקע רעהאַביליטירט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.